תג מ8מ1.ן חאפו1ומתמ1נצ 41,ד1611ם 6תע2עמ8מ/2ע21עפ אע צע1פ
7 .סא
:114 15 צםט }א צעט
יע
4 =
01660ז2906) תפזנ1!
צצפצט,ז4,ע 48 זא /1נ1
08 1,261 01:) טמ אעשידג, 111 מופ!נפמסזצ
2
אה דאוםי) 8668 ופוטסנ1צ, זא א116,/וו
פ5דזדעפטע1,8559861א , 51 111 ג,
אט דאעס צססם תמפנסטפנצ 41 א10דע, א
פדדעפט4-4 ,59 1א , 1דפ עט 1ד דע
60 881124מ19110פסנצ | 250-4900 413
)תע0ס. מע ויאע6אצ0ס80מגפ1נסמ1צ. ציעלעץ
עתד תסע ספאזספתאש? עס ןא,זא
צתע4א תמ1ן1 תפ1וממנצ }ג,;11טסו1ם סתע8 ןעפ אק צ4ע1פ
;צם פעפונצסעע ,לע
4 1 01960ט) .ם 1006 1
1 1זט06ץט) 106 67 4716/
/ד111זזם1 11811ט711ב) זזוסנוזש6פ 1116
101111601101 1 ז111/50//10 .ם חזחטזסם הוח 100016
8160 208
06 +ז6ט10
1ס1011110011 16/3008 151911160118
0561 .כן /161
1010111115/6 800 614 5001
101111601101 679ט0111/'ש 160116116 8114 /רזזהבן
2 עס פמתאטזםץ סא פּמתעמזאתזא זא
ז6116) 000 310615/1 8 1101
{ססתץפ 1201010021 8 68000/4.18קן 201060 עס ,6טחט 6װ00/66 סת 1
זסז1 002068 תסתק010ס עטס ע10 תסחהז1קפת1 סת 1 . ש016811014 100150 04
.151261 ,0ז16:05216 }0 1ת11202 600161/' 2084 0ס1סת 406 שט 4692 8
1285 /?זסקןסענק 4611606021ת1 סת8 +12עץעקסס 106 16506048 /6016-) 8008 ת310015 21ת14210 סת 1
תזגמנסס ססטק סח} ת1 /6ח614 18 4106 415 ,1606טשסתא עטס 04 0684 106 10 .פאססט ;טס תז
-1460414160 06 גס ז106ס0 124עץעקסס +תסעזטס סת חס1תטצ 104 אעסטץ תגםקזס תג 15 +1 עס
-- 0068 סתטז ששסחא טסץ 14 עס - צעסטצ 4018 0 +18צץקסס 6ע2061 תג 0(סת טסץ 1
.18061ט0ץ8ע01981121110 21 11גתזס צט עס ,153א 413-256-4900 24 סתסתק עט 5ט 024204ס 16256קן
הירש אַשעראָװיטש
בײַם עץיהדעת
הירש אַשעראַוויטש
בײַם עץ: הדעת
לי ד ע ר
פאַרלאַג , ישׂראל-בוף"
הילפטפאַנד פֿאַר זודיש-שאפונג
תּל-אָביב, תשמ"א -- 1981
1945 12:11ציטן זאצהם / 11011עשו220 0511 112911}
פמז206
7 203 ,/ט1טג161 ,151261:3008 2-110186מ1מ115טטות
הירש אַשעראָװיטש / בײַם עץ-הדעת
לידער
פאַרלאַג , ישׂראל-בוך", תל-אָבֿיב, רח' איתּמר בן-אב"י 4
אַרױסגעגעבן מיט דער הילף פון
יוידישן ליטעראַטן- און זשורנאַליסטן-פּאַראיין אין ישׂראל
קרן תּל-אָביב לספרות ולאמנות
אליעזר פּינעס-פאָנד פאַר קולטור און ליטעראַטור
הילפספאָנד פאַר ייודיש-שאַפונג פון קרן ישׂראל-בור"
5
כל הזכויות שמורות
1 /טוֹטג/ 161 411 63 ,81 מסעצם 13 ,098610001008) 88זו1}
נדפס בישׂראל 1981 151261 ת! 110106?
דפוס ,,אורלייי פרידמן, רח' עקיבא איגר 8, טל, 3232062
אין דאָזיקן בוך זײַנען, חוץ לעצטנס געשריבענע לידער, אַרײַן
אויך פריערדיקע, דהײַנו: לידער, װאָס זײַנען געבליבן מחוץ פון
בוכטאָװולען, וי אויך אַזעלכע, װאָס זײַנען בשעתמם אָפּגעדרוקט
געװאָרן פאַרגרײַזט, און דער מחבר געפינט פאַר נייטיק צו ברענ-
גען זיי אין זייער ריכטיקער פאָרעם,
דאָס דאָזיקע בוך איז אַ זאַמלונג פון כּמעט דורכויס קורצע לידער,
וועגן מחבר
הירש אַשעראָוויטש איז געבוירן דעם 25סטן יוני 1908 אין פּאָנעװעזש (ליטע)
בײַ זײַן פֿאָטער שלום, אַ שיפֿקאַנטאָר-אָנגעשטעלטן, און מוטער לאה (געבוירענע
קאָרב). אין יאָר 1928, פֿאַרענדיקט די פּאָנעװעזשער העברעישע גימגאַזיע, קומט
אַשעראָװיטש אָן אין קאָװונער אוניווערסיטעט לערנען יוריספּרודענץ. אין יאָר
3 פֿאַרענדיקט ער דעם ירידישן פֿאַקולטעט. פון יאָר 1934 ביזן אױסבראָך
פֿון דער צווייטער וועלטימלחמה אַרבעט ער אין פֿאַרשײרענע צײַטונגען (די
לענגסטע צײַט אין קאָװונער , די אירישע שטימע"). שױן דעם 22סטן יוני 1941
פֿאַרלאָזט ער קאָװונע, װאָגלט איבער פֿאַרשײדענע שטעט פֿונעם סאַװעטן-פֿאַר-
באַנד (סאַראַטאָו, נאַװאָסיבירסק, מאָסקװע און אַלמאַיאַטאַ. אין דער לעצטער
געפֿינט ער זיך כּמעט די גאַנצע צײַט פֿון דער מלחמה). סוף יאָר 1944 קערט ער
זיך צוריק קיין ליטע און באַזעצט זיך אין ווילנע. דעם 2טן יולו 1949 וװוערט ער
אַרעסטירט און , פֿאַרמישפּט" אויף 10 יאָר פֿאַר אַנטיסאָװעטישער, נאַצואָנאַ-
ליסטיש-צווניסטישער טעטיקייט". נאָך 7 ואָר פֿאַרשפּאַרט זײַן אין פֿאַרשײדענע
צװאַנגלאַגערן װערט ער (אין יוני 1956) באַפֿרײַט. ער קערט זיך צוריק קין
ווילנע, װוּ ער פֿאַרנעמט זיך אויסשליסלעך מיט ליטעראַרישער שעפֿערישער ארי
בעט ביז צום סאַמע טאָג פון זײַן עולה זײַן
| אַשעראַװויטש האָט אָנגעהויבן שרײַבן יונג, אָבער פּובליקירן זײַנע לידער אין
דער פּעריאָריק און אין אַלמאַנאַכן -- ערשט אין יאָר 1934. איץ יוני 1941 איז
אין ווילנע אָפּגעדרוקט געװאָרן זײַן זאַמלונג לידער ,באַגינען". די אױפלאַגע
פֿון דאָזיקן בוך איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון די נאַציס. אין ואָר 1947 איז
אין מאָסקװע דערשונען זײַן בוך פּאֶָעמעס און באַלאַדעס ,פון קלעם אַרױס",
אין 1962 -- דאָס בוך לידער און פּאָעמעס אין דער רוסישער איבערזעצונג
, מײַן גוטער קלואָן"; אין יאָר 1964 איז אין ווילנע דערשינען זײַן בוך לידער
און פּאָעמעס איבערגעזעצט אין ליטוויש ,דער האָניק פֿון דערקענטעניש". אין
ואָר 1968 אין ווילנע -- דאָס בוך לודער און פּאָעמעס ,די הײליקע טאָג-
טעגלעכקייט" און און יאָר 1969 אין מאָסקװע -- דאָס בוך לידער און פּאָעמעט
, זונענגאַנג". דעם 18טן נאָװועמבער 1971 איז הירש אָשעראָװויטש מיט זײַן פֿרױ
רבקה (געבוירענע שמוקלער) עולה קיין ישׂראל. אין יאָר 1972 באַקומט ער די
יעקב פֿיכמאַזיפּרעמיע פֿאַר ייִדישער ליטעראַטור, אין יאָר 1973 באַקומט ער די
פּרעמיע פֿון פֿאַראײן פֿון ייִדרישע שרײַבערס אין ישׂראל. אין זעלבן יאָר דערשײַנט
אין י. ל. פּרץ-פֿאַרלאַג זײַן בוך לידער און פּאֶָעמעט , צװישן בליץ און דונער".
פֿאַרן דאָזיקז בוך ווערט אים אין ניואָרק צוגעטײלט די יעקב גלאַטשטײןי
פּרעמיע, אין יאָר 1974 דערשײַנט אין תּל-אָבּוב אָשעראַָװיטשעס פּאֶָעמע ,מײַן
פּאָנעװעזש" (אַרױסגעגעבן צוזאַמען מיט אַברהם שלאָנסקיס געמאַכטער איבער-
זעצונג אין עברית -- ,פוניבזי שלי"), אין יאָר 1979 דערשײַנט אין פֿאַרלאַג
, המנורה" זײַן בוך לידער און פּאֶָעמעס , אין דער וועלט פון עקדות", װאָס ווערט
פּרעמירט אין פּאַריז מיט דער זכריה גאַנאַפּאָלסקי-פּרעמיע. אין זעלבן יאָר װוערט
אין פֿאַרלאַג , הקיבוץ המאוחזד" אַרױסגעגעבן דורכן העברעישן שרײַבערס-
פֿאַראײן אָשעראָװיטשעס זאַמלונג לידער איבערגעזעצט אין העברעיש אוחז
הליל סכּין כּחולה" (,עס האַלט די נאַכט א בלויען מעסער"). אין יאָר 1977
דערשײיַנט אין פֿאַרלאַג , ישׂראל-בוך" זײַן בוך לידער און פּאֶעמעס , געזאַנג אוך
לאַבירינט", װאָס ווערט פֿון דעם ייִדישן צענטראַליקאָמיטעט אין מעקסיקע פּרע-
מירט מיט דער פֿערנאַנדאָ כענאַָיפּרעמיע. און ואָר 1977 באַקומט הירש אַשעראָ-
וויטש די מאַנגער-פּרעמיע. אין יאָר 1979 דערשײַנט אין פֿאַרלאַג ,רשפֿים" זײַן
בוך , תּנריפּאָעמעס" און אין פֿאַרלאַג ,ישׂראל-בוך" -- זײַן בוך לידער און
פּאָעמעס , בלויע בומעראַנגען". אין יאָר 1981 װערט אין פֿאַרלאַג ,ישׂראל-בוך"
אַרױסגעגעבן הירש אשעראָװויטשעס בוך לידער , בײַם עץ:הדעת".
פֿאַרלאָג , ישׂראל-בוך"
תּל-אָביב, 1981
אונדזער צײַט
פּונקט וי ס'פּאָרן זיך אין ליד
די שורות די געגראַמטע,
קומען אויף אויף אונדזער צונג איצט
ווערטער טרייסטנדיקע מיט פאַרסמטע.
עפּעס איז אַצינד א צײַט
פאַר אויסטערלישע זאַלבענאַנדן --
ס'גייען אום, װוי צוילינגיברידער,
פיינדלעכסטע װידעראַנאַנדן.
אַנטפּלעק מיר, גאָט!
איך האָב קוין ברודער ניט...
איך האָב קיין ברודער ניט,
װוי גוט איז אים :
ער דאַרף ניט זײַן קיין ייד
אין אונדזער תּקופה --
ניט זײַן געמאָרדעװעט פון פטנד,
ניט זײַן פּאַרראַטן פון די פרײַנד,
און ניט פאַרדעקן פרעמדע זינד
מיט קעפּן אַ ניט שולדיקע עָגלָה-ערופה.
איך האָבּ קיין ברודער ניט.
און װאָלט איך אים געהאַט,
ער װאָלט געפירט געװאָרן קיין פּאָנאַר
זײַן זויבער לעבן דאָרט פאַרלירן,
איך האָב קיין ברודער ניט.
איז דאַנק איך גאָט דערפאַר,
דעם גאָט ואָס -- יי אונדז װייל --
אַן אָב-הרחמים איז אויך פאַר די װאַמפּירן...
תּל-אָביב, ווני 1980
11
צִּ
זעלטן עפענען מיר אונדזערע נשמות:
אַלץ מיר טראַכטן, אַז צו קנאַפּ מע שאַצט עס אָפּ,
און מיר לאָבן זיך מיט אונדזער אייפערדיק בעלנות
רק צו שטעלן אויפן אָפּגעזונדערט זײַן דעם טראָפּ.
הייסט עס דען, אַז אַ נשמה טאָר ניט זײַן אַן אױפּגעפּראַלטע,
און ניט גוט איז, אויב עס צוגווינטיקן נעמט אין איר?
כ'ווייס ניט! אָבער די, װאָס דאַרפּן ניט פון אמת זיך באַהאַלטן,
האָבן פּײַנט א שטאַבע אויף אַ טיר.
יפו, סעפּטעמבער 1979
12
צִּ
נעם ניט מיט צער אויף דײַן טעות
(סע לאָזט זיך ניט אױיסמײַדן שוים),
און זאָל קיין פאַרדראָס דיך ניט נאָגן
װאָס סיפעלט דיר דער נייטיקער צוים
װאָס שיידט אִפּ דעם עיקר פון טפל,
און ס'נאַרט דיך דײַן זיכערע מאָס.
פאַרשטיי, אַז ס'איז מענטשלעכע טבע:
אי טאָן, אי זיך פרעגן: , צו װאָס ל".
תּליאָביב, מאַרץ 1980
13
14
צּ
די קופּקעלעך אַש פון די טעג אויסגעברענטע
זיי ליגן װי ס'װואָלטן זיי אָנגעהויפט קראָטן,
און ס'גליווערן שעהען אַזױ וי די ראָבן
װאָס שטאַרן פאַרבענקטע אויף פראָסטיקע דראָטן,
ווער ווייסט, צי מיר זײַנען גאָר פעוק באַנעמען
אָט דאָס, װאָס מיר ריידן זיך אײן, אַז מיר ווייסן,
ווער ווייסט, צי סע לעסטערט ניט אונדז יענע מירךה,
װאָס אונדז אַזױ ליב אוז מוט איר זיך צו גרויסן?
לפן, 4979
אַנטפּלעק מיר, גאָט!
אין מיטן נאַכט
האָב איך דערהערט : ס'האָט עמעץ זוך צעלאַבט,
און מיר געװאָרן איז אויף אים אַזאַ רחמנות, אַז כ'האָב געטראַכט:
כנ װאָלט ער בעסער שוין געוויינט,
װאָלט איך געמיינט,
איך קען אים העלפןן,.. נאָר ער טיגעלאַכט
(דערצו נאָך אין אַזאַ אַָ סומנער חשוונדיקער נאַכט !),
ניט אַנדערש -- ער איז ניט בײַם זינען
און ער אין לאַכן זוכט דאָס אים שטאַרק נייטיקע געוויין געפינען...
און אַז ער ענדלעך האָט שוין אויפגעהערט צו לאַכן,
אָב איך דערשפּירט, מײַן מיטגעפיל נעמט זיך פאַרפּלאַכן
בוז עס װוערט אויס פאַרדראָס און אויס רחמנות,
און איידעלע געפילן ווערן אומזיניקסטע זאבאָבאַנעס...
אַנטפּלעק מיר, גאָט, מיט װאָס אוז עכטער
סבײַטאָגיקע געוויין פון א בײנאַכטיקן געלעכטער?!
תּליאָביב, סעפּטעמבער 1980
15
16
א
שטראַליקע חלומות נאַשט מען,
אָבער זאַט ווערט מען פֿון שלעבטע,
גלכגילטוק צום אובערראַשט זײַן
שלעפּן מיר זיך אום פאַרשוועכטע,
אָ, װוי ליב ס'איז דאָס געווירבל
פון די רייצנדיקע מאָ דנעס!
כאָטש דער טײַוול דרייט דעם צירקל,
איז פֿאַר אונדז דער קרײַז א גאָט-נס,
יפו, וולי 1973
א
אין אונדזער אומדערמידלעכן געיעג נאָך פרייד
אוז יעדער צווייטער טראָט קאַפּאַבל ווערן אַ פאַררעטער,
און ס'בראַװע יאָגן זיך נאָר דעם װאָס עס פֿאַרגײט
ווערט א פאַרנאַרישט נאָכלױפן נאָך פאַלשע געטער.
פאַר װאָס ? פאַר װאָס דאַרף זײַן באַשערט
סע זאָל דער ווילן אונדזערער אַ שׂונא זײַן פון אונדזער װעלן,
און פון די ביימער, װאָס מיר פּלאַנצן זי פּאַר אַ גן-עדן אויף דער ערד,
זאָל ווערן האָלץ אויף אונטערהייצן נײַע העלן ?...
תּיקו !
אויך פאַרן תּ שב י תּיקו !
תּליאָביב, מאַרץ 1980
:7
18
צִ
פֿאַרלאַשענע צײַט כאַפּט זיך אָן אַ מאָל ווידער
און ס'לעבן אויף בילדער פון לאַנג שוין פאַרבלײבטע,
דערפילט די נשמה אַ מיסטישן ציטער,
און סיפּלאַטערן מלאָסנע מחשבות צעוייכטע.
פֿאַרלאָשענע צײַט, אַז זי צינדט זיך אָן ווידער,
אוז שאַרפער איר בראַנד און איר פּלאַקערן װאַכעה,
און כאָטש אינעם מחרוב זײַן איז זי געניטער,
זי הינטערן צוים פון די ואָרן איז שװאַכער.
און דאָך איז פּאַרלאַשענע צײַט אַ סכּנה,
װאָס מיר זײַנען נוטה זי ניט צו דערשאַצן.
מיר טרעטן אויף ראַנדן, --- לונאַטיקערס לאָמע, ---
און פילן, סע ציט אונדז אַ שד פאַר די לאַצן..
תּל-אָביב, מאַרץ 1980
צִ
ס'פֿאַלן בלעטער, ס'פּאַלן שטערן, סיפאַלט דער מוט,
האַרבסט פאַרקריכט אין טיפסטע פאַלדן פון נשמה,
און ס'צעטראָגט אים איבער אַלע אָדערן דאָס בלוט
װאָס פון אלולדיקן וועלק-זשאַװער איז טמא..,
כמורנע שטימונג --- אַכזרדיקע בײַטש,
וויפל איז דער שיעור אַזױ א בייז צו שמײַסן?
כיפרעג דיך, סומנע ! זאָג מיר, סטײטש
דינסטו אַזױ ניכנעדיק דעם גורל כּעסן?
מעגלעך טאַקע, אַז דו ביסט גערעכט,
און מיר, טיפּשים, גרײזן װאָס מיר צו שטאַרק האָפן.
ס'איז דאָך אָבער אַזױ מענטשלעך עבט,
אוז דען רעכט פאַר דעם אונדז צו באַשטראָפן?
תּל-אָביב, אַפּריל 1980
19
20
מיר זײַנען מענטשן נארוישע..
מיר זײַנען מענטשן נאַרישע
און טרוימען רק פון גליס;
און אַז אַ מאָל סידערבאַרעמט זיך
שוין איבער אונדז דאָס גלוק,
און טוט א שמייכל װאַרעמלעך,
א װוּנק מיט פאַלשן בליק, ---
מיר זײַנען מענטשן נאַרישע
און שמעלצן זיך פון גלוק...
מאָסקװע, מאַרץ 4946
שולדגעפיל
איך ספק רק צי איך בין ווערט,
איך זאָל פון לעבנס גנאָד געניסן,
װײַל דער װאָס האָט אווף אונדזער ערד
איין שפּרענקל נאָר אויף זײַן געוויסן,
איז שוין פון מענטש-אַלימפּ אַראָפּ,
אַרײַן אין מחנה פון נפילים,
ער איז ניט װוערט געניסן גאָב,
ס'איז טרייף זײַן אויסדערוויילטקייט שפּילן,
איז וויי און שאַנד מיר, װאָס כ'באַקום
װאָס אין דער אמתן מיר קומט ניט!
אַן אױסנאַרער איך װאָגל אום --
מער אומערלעך, וי אומגעלומפּערט,
תּל-אָביב, אַפּריל 1980
21
22
זינדיקייט
מער פון אַלץ קען איך זיך ניט פאַרגעבן
יענעם חטא, װאָס איך בין ניט באַגאַנגען,
אינעם װווילן װילדװאַלד פונעם לעבן
טאָר מען ניט פּאַרשעמען די פאַרלאַנגען,
מער נאָך פון די גיריקסטע נקמות
מאַכט די ריינע אומזינדיקייט דאָרשטוק,
װײַך פון די אויך װײַס-געקליידטע נאַנעס,
הײיליק לײַב איז קראָקאָדיליש שאָרסטיק,
וויי צו דעם אַבי-אָבות-הטומאה !
צען מאָל וויי צו דעם אַבי-אָבות-הטיפּשות !
לעבן אין איון שרעק פאַר וועגן קרומע
איז אַ חטא אַ גרעסערער וי קנײַפּן שיקסעס...
יפו, אויגוסט 1972
צו װאָס האָסטו באַדאַרפט אַליין זיך נאַרן?
צו װאָס האָסטו באַדאַרפּט אַלײן זיך נאָרן ---
זיך אײַנריידן, אַז ס'קאָן א נאַכט, פּונקט װוי דער טאָג, זײַן שיין?
האָסט דאָך געזען, וי מרה-שחורהדיק סע ווערן די בולװאַרן,
ווען ס'ווערט פאַראַשט דאָס בלוטיקע פאַרגיין?
פֿאַר װאָס האָסטו נאָך אינעם זעלבן טאָג זײַן אויפגאַנג שוין פאַרגעסן,
אויף כּלומרשט-שׂימחהלעך צעביטן אמתדיקע פרווך ?
דער אווביקייט איז גליק, פּונקט װוי דאָס אומגליק, לאַנג דערעסן
(אָט די אַ סתּירה-רינגען פונעם לעבנס פּענטע-קייט),
פֿאַר װאָס ? פאַר װאָס דערלאָזסטו, מע זאָל דאַרפן אַזאַ סך דיך פרעגן,
און דו זאָלסט מוזן ענטפערן מיט אַזן אַראָפּגעלאָזטן קאָפּ?
װאָס פאַלט דיר אײַן פאַר סופן זיך צו שרעסן,
דו, װאָס געהערט האָסט שוין, אַחוץ דער נאַבטיגאַל,
אויך אַ קוקאַװוקע און אַ ראָב ?
ווילנע, יאַנואַר 1969
23
24
סע טרעפט...
סע טרעפט: דו שרײַבסט אַ ליד,
און פּלוצעם טוט זיך דיר אַ גליטש אַװעק די פּען
פון דעם בלויז דיר-אַלײין-באַשערטן נוסח,
צערודערט עס אַזױי דײַן אָנגעגליט געמיט,
אַז דאָס אַרײַנפאַלן אין פעלשונג
ווערט פאַר דיר אַ מוזזאַך.
סע טרעפט, סע טרעפט.,
און יעדע שאַפונג
וי אַ קימפּעטקינד
באַדאַרף מען היטן,
סע קען דאָך זײַן
אַז בעת מען װאָרט צו װאָרט באהעפט,
איז, חוץ דער שבינה,
אויך דער סמך-מם פאַראַן אין מיטן,
תּל-אָביב, אױיגוסט 1980
צּ
כ'האָב אַזױ פיל לידער שוין געשריבן,
און איך ווייס ניט װאָסער ליד כ'מעג רופן מײַנס.
עפּעס דאַכט זיך מיר, אַז יעדער דיכטער קען פאַרמאָגן
בלויז א יין ליד װאָס עס קען הייסן זײַנס,
בלעטער איך און בלעטער מײַנע לידער --
בלאַנדזשע אין אַ װאַלד װאָס כ'האָב אַלין געפלאַנצט,
און די שורות, מעשׂה ווערגנדיקע לואַנעס,
וויקלען זיך וי שלענג אַרום מײַן האַלדז...
װאָס זשע טוט מען, האַר פון שירה, װאָס זשע טוט מען?
וי געפינט מען רו פאַר מײַן צעספקותדיקט געמיט?
עצהסט : ראַטעװען זיך --- פונעם שורות-װאַלד אַנטרינען?
קען איך דאָך ניט איבערלאָזן מײַן בן - יחיד-ליד!
יפו, אָקטאָבער 1979
25
26
צִ
ווען איך האָב דעם מינדסטן טעות,
ווען כ'באַגײ א שװוערן גרײַז,
זע אין דעם איך אַ באַװײַז,
אַז אַ גראָדער אמת דאָ אוז,
דאָך ווען פרײַ כ'בין פון אַ פעלער ---
באָטש מײַן בליק איז דעמאָלט העלער --
טראַכט זיך : אפשר עס באַװײַזט,
אַז מײַן אמת איז פאַרגרײַזט ?...
| ווילנע, מאַרץ 1957
8
װײַל פאַר יעדן גרײַז פאַראַן עס איז א וו טיל,
מעג איך פילן זיך באַפּרײַט פון עול פונעם אַחריות,
כ'בין ניט פעק שטעלן טריט פון זיבן מײַל,
אָבער איטלעך טראָטל מײַנס אי אויגן איז, אי פר איז,
כאָטש איך אומאויפהערלעך טרײַב פון זיך דעם גרנז,
פיל איך, אַז מײַן מענטשלעכע ניט-שלמותדיקייט טוט צוריק אים רופן,
און דער פּשוטסטער און זיכערסטער פאַר דעם באַװײַז
אוז מײַן שטענדוק זוכן טרייסט : אָט אין נזירות, אָט אין קופל...
תּליאָביב, מאַרץ 1980
27
28
אװיספאַרריכט כ'האָב מײינע גרליזן...
אױספֿאַרריכט כ'האָב מײַנע גרײזן,
בין געװאָרן איך פאַרלאַטעט,
און פאַרשװוּנדן איז מײַן גאַנצקײט
(מעג זײַן -- די צעלעכערטע).
גי אוך מער ניט אום צעריסן,
דאָך איך פיל, אַז עפּעס פעלט מיר,
כ'בין אַן אָרעמאַן געװאָרן --
| פרעמדע פלוקער אויף מײַן איך...
מאַך איך מיר א בעטלער-טאָרבע,
הענג אַרוף זי אויפן אַקסל,
לאָז זיך גיין איבער די הײַזער:
, גוטע מענטשן, שענקט אַ גרליז וי
שטויס איך אָן זיך רק אווף קאַרגע,
קלאַכּן צו זי טיר און טויער:
, ס'איז ניטאָ װאָס דיר צו געבן,
גיי זיך, קבצניוק, דײַן וועג וי
שלעפּ איך אום זיך, שלעפּ איך אום זיך
מיט אַ שנאָרערבליק א פײַבטן,
און מײַן גרויע פּוסטע טאָרבע
ווערט אַלץ מערער אײַנגעדאַרט;
און אָט אוז זי גאָר אויס בײַטל --
אויכעט זי איז שוין א לאַטע,
צוגעקלעפּט אוֹן צוגעשטאַנען
צו מײַן אױספֿאַרריכטן איך,
װווּ איך גיי, אַלץ מע באַקוקט מיך,
רק מע טײַט אויף מיר מיט פינגער,
און מע שאַקלט קעפּ, באַדױערט:
,נעבעך, נעבעך -- אָן אַ גרלז"..
ווילנע, אָקטאָבער 1967
29
30
סך"-הכּל
ווען װאָלסט קענען זײַן אויף זיך אַ באַלעבאָס,
זײַן דער האַר איבער דײַן האַרץ און ווילן,
װאָלט ניט דאַרפן פּײַניקן דיך אַ פּאַרדראָס
װאָס דו מוזסט אַ לעבן לאַנג רק פּשרה שפּילן,
אָ, עס אוז אַ פעלדזנפעסט געבאָט, |
אַז דער מענטש, װאָס איז אָט מלאך און אָט חיה,
האָט אַ טבע, אַז ער קען ניט לעבן אָן אַ גאָט,
און ער מיט זײַן ניכנע זײַן איז זיך מחוח,
גאָט און מענטש זײַנען געפּאָרט צו גיין בײַנאַנד,
און זיי דאַרפן ניט געזען וערן וי כּלאַוִם ;
אָבער אויך דער גרעסטער לעבנס-קינסטלער איז אַ דילעטאַנט,
אין די ראָלעס טראַגישסטע מע בלטבט אַ קאַָמעדואַנט,
און מע לעסטערט גאָט, אויך זײַענדיק געטרײ אים..
תּל-אָביב, מײַ 1980
סוף-כּליסוף...
סוף-כּל-סוף איז דאָך קיין סוף גאָר ניט פאַראַנען,
װאָס זשע איז דאָס ציטערן אַזױ פאַר אים?
פון די קראַטערס פון צערוגזטע װוּלקאַנען
שפּאַרט אַרױס דער ערדקוילס סטראַשענדיקע שטים ;
, מײַנע אינגעווייד באַגערן חרוב מאַכן וועלטן,
אַזש ביז צו אַן אומברענגען אויך זיך אַלײן,
ס'בענקט די לעבעדיקע היץ נאָך טויטע קעלטן,
וי סע ציט דעם הויסן שטראַל צום קילן שטיין,
אַלץ, װאָס לעבט אווף מיר, אוז ליב מור און דערווידער --
כ'בין די מאַמע און די שטיפמאַמע צו גלײַך,
דאָך ביז איצט כ'באַנעם נאָך ניט, למאַי מען אַזױ ציטערט
פֿאַר דער באַרג-אַראָפּיקײט פון לעבנסטניך,, "
ואָ, ס'איז סוף-כּל-סוף קיין סוף גאָר ניט פֿאַראַנען,
און אַזן אָנהײיב איז דען יאַ פאַראַן?
װאָס מער סידאַכט זיך אונדז, מיר אײיגנװיליק שפּאַנען,
גויען מיר גאָר מערער נאָך אין שפֿאַן.
תּל-אָביב, יוני 1980
31
32
אין טיפער פוטערפֿאָס פונעם זכרון
צִ
יעדערער פון אונדז
קאָן זיך דערמאָנען :
נאַכט, אַ פּוסטע גאַס,
נאָר ע ר און די לבנה,
טאָ פֿאַר װאָס
אוז ניט באַשערט די פרייד,
מע זאָל זיך געדענקען
מיט דער זון באַצװײיט ל..,
גאָט, מע זאָל דערפון
כאָטש ניט באַדאַרפן דרינגען :
װאָס אַזױנס קאָן יאָ,
און װאָס קאָן ניט געלינגען!
ווילנע, פּעברואַר 1957
נאָך ביז צום טאָג דעם הײַנטיקן
דאַכט זיך מיר, אַז ביז צום טאָג דעם הײַנטיקן
נאָך הוידעט זיך מײַן וויגל.
דאַכט זיך מיר,
מײַן דופק איז קוין אָדער ניט,
נאָר גאַר אַ קלאַנגען-שפּיגל.
, טאַק! טאַק!
טאָק! טאק !" --
איז ער מיך מזכּה
מיט שופרירטע כּלומרשט-ענטפערלעך
אויף נאָגנדיקסטער פּראַגע...
דאַכט זיך מיר,
ס'איז דאָס אַװעקגעגאַנגענע
גאָר קיין מאָל ניט געווען צו מיר דערגאַנגען.
דאַכט זיך מיר,
אַז לעבן הייסט :
זײַן אַלע מאָל פון עפּעס-װאָס געפּאַנגען.
, טאַק! טאַק י
טאַק! טאק !" --
טאַקעט עס און טאַקעט...
אונעם אָנבליק פון דער אייביקויט
דערפילט מען זיך װוי נאַקעט!
ווילנע, אַפּריל 1970
3
54
פּלוצעם קומט צו מיר מײַן יוגנט...
פּלוצעם קומט צו מיר מײַן יוגנט
אין מײַן עלטער-זיידעס שפּענצער,
שטעלט צו מיר זיך מיטן רוקן
און פאַרשטעלט די שײַן פון פענצטער,
זי, װאָס האָט מיך לאַנג פֿאַרלאָזן,
ניט געװאָלט שוין מער מיך קענען,
שטייט איצט מאָדנע אָנגעבלאָזן.
שעמט זי זיך, צי מיינט פאַרשעמען?
ס'שװוײגט מײַן יוגנט, דאָך איר שװוגן
איז מיט רוגז אָנגעלאָדן,
כ'פיל, זי װאַרט איך זאָל פאַרבניגיין,
אָנטרעטן אור אויפן שאָטן,
װועט זי זיך אויף מיר א װאָרף טאָן
וי אַ מאַרקהענדלערקע זידלען
(און אַ מאָל פלעגט זי דאָך װאָרקען
צאַרטער נאָך װוי ס'קענען פידלען)...
יוגנט מײַנע, װוי געװאָרן
ביסטו עס אַזױ פאַרבוסן?
ענטפערט זי מיט גיפט און צאָרן :
, פרעג דײַן פּאַרעוען געוויסן !",
ווילנע, מאַרץ 1968
האָב איך ניט פאַרגונען זיך מײַן גוטע שטימונג...
האָב איך ניט פאַרגונען זיך מײַן גוטע שטימונג
און אַרױסגעשלעפּט פון מײַן פאַרװאַקסענעם זכּרון
אַ זינט יאָרן שוין פּאַרטרוקנטן פאַרדראָס,
איז אַרױס ער פון פֿאַרגעסונג,
און וי נאָר, וי נאָר אויף אים האָט
פרישע לופט געטאָן אַ ווייע,
אוז ער לעבעדיק געװאָרן
און ט'גענומען מיך דערקוטשען,
פּלאָגן, מאַטערן און וויי טאָן,
ביז ער אָנגעגאָסן בלט האָט
אין מײַן אָנקרײטיק געמוט,
האָב איך ניט פאַרליטן שוין מײַן שלעכטע שטימונג
און אַרױסגעשלעפּט פון מײַן פאַרװאַקסענעם זכּרון
אַ זינט ואָרן שוין פאַרדאַרטע פרויד,
איז אַרױיס זי פון פאַרגעסונג,
און װוי נאָר, װוי נאָר אויף אור האָט
פרישע לופט געטאָן אַ ווייע,
איז זי באַלד אויף שטויב צעפאַלן,
און געקומען איז אַ בענקשאפט
שווערערע נאָך פון פאַרדראָס,
ווילנע, יאַנואַר 1970
55
56
ניט וי אַברהם אִבֿונו..,
אָפּגעטער פון ליים,
אָפּגעטער פון שטיין --
איר, װאָס איך אַלײן האָב אײַך באַשאַפן,
כ'בין שוין מער ניט אַזױ בלונד,
כ'בין שוין צײַטיק צו צעברעכן אײַך,
וווּ אָבער נעם איך די קראַפט
צו צעברעכן מײַן געװיינטשאַפט ל...
תּל-אָביב, מאַרץ 1980
צִּ
איך קום צו זיר צו גאַסט
און ב'פיל, אַז כ'בין אַ שלעכטער מכניס-אורח.
און אפשר קום איך גאָר אַ דעזערטיר,
װאָס וויל פון זיך אַנטלױפן
און מיינט, ער װעט בײַ זיר
דעם נייטיקן אַזיל געפינען?
אַזאַ אַ נאַר!
תּל-אָביב, אויגוסט 1980
37
58
איר -- קעגן זיך
אין קאַמף מיט זיך
איך קריוודע זיך,
װאָס צווינגען זיך,
באַהערשן זיך,
באַזיגן זיך
פֿאַרווער איך זיך,
אַפּילו ק ע ג ז זיך ---
אויך מיטן זיך..,
ווילנע, יולי 1964
אנהייב
וי די פרייד װאָס פליט אָן פליגל,
וי דער צער װאָס דריקט אָן װאָג,
הייבט אַרױס זיך פון מײַן וויגל,
קומט צו מיר מײַן ערשטער טאָג,
פּלוצעם שטייט ער פאַר מיר ווידער!
נאָך פאַרטאַכלעװעטע ואָר
נעמט אַדורך אַ העלער ציטער
מײַן פאַרקאַלטבלוטיקטע װאָר ;
אײַנגעשלאָפענע חלומות
ווערן ווידער אַ מאָל װאַך,
אָפּגעדראָשענע רעיונות
ווערן ראָױ נײַקייט-שבח;
און ס'געשעט אַזױי (איך ווייס איצט --
ס'איז מיר מער וי קליפּ און קלאָר),
װײַל אין יענעם טאָג טיגעבראשיתט
אויך פ אַ ר מיר גאָטס ,יהי אור!"..
ווילנע, אָקטאָבער 1957
59
20
צִּ
אין מײַן קינדהויט פלעג איך היטן --
װעלן אויפכאַפּן די װײַלע ---
י ע נע רגע, ווען כ'שלאָף אײַן,
איצטער האָב אוך דאָס געמיטן;
איצטער מאַטערט מיך די שאלה :
וי קומט מענטש אין האַרץ אַרײַן?
אָקערשט ביסט נאָך מיר אַ פרעמדער,
ספאַלט מיר גאָר ניט אײין צו קלערן,
כ'זאָל אַ מאָל דיך וועלן זען,
באַלד -- צו דיר שוין א געװוענדטער --
כ'װאַרט,.. און ס'בענקט זיך מיר ביז טרערן...
ווען און וי איז דאָס געשען?
ווילנע, דעצעמבער 1957
האַוועניש
ניט צופרידן כ'בין מיט מײַן צופרידנקייט,
כ'בין צופרידן מוט מײַן ניט-צופרידנקייט,
דריי איך זיך, פּונקט וי דאָס הינטל
װאָס ט'אַרײַנגעכאַפּט זײַן עק אין פּיסק.
אין מײַן אומרונקייט דער צעזאָטענער,
אין מײַן רו אויף שטויב צעשאָטענער
באַלעבאַטעװעט א קידער-ווידערניש
װאָס מיט פרייד יעטווידע פרייד פאַרװיסט...
דריי איך אום זיך, װוי דאָס הינטל דאָס באַנומענע,
ואָג מיטן אַװעקגעגאַנגענעם דאָס אָנגעקומענע,
טרייסט זיך מיט דער שפּיל
פון פאַנגען זיך אַלין;
און מײַן לעפּיש הינטיש יאָגעניש,
און זײַן טרײַבפּעדער --
דאָס מענטשלעכע פאַרבענקטע נאָגעניש
וועלן שוין אַ פּנים קיין מאָל,
קיין מאָל ניט פּאַרגיין...
ווילנט, יולי 1966
41
42
איך און דוי..
אין די בראַנדזענע פאַרנאַכטן,
ווען געבוירן ס'ווערט די רו,
אַזױ גוט עס איז צו טראַכטן:
ווער בין איך און ווער ביסטו?
אין דער וועלט אַזױ פיל וועלטן
(יעדער מענטש -- אַ גאַנצע וועלט),
ס'דוכט, אַז אָפט, און דאָך נאָר זעלטן
אונדז אַ צווייטנס וועלט געפעלט,
טאָ וי קאָן עס דען געמאָלט זײַן,
דו זאָלסט זײַן מיר אַזױ נאִינט?
איך בין ניט וי כ'האָב געװאָלט זײַן,
ניט וי איך האָב זײַן געקאַנט,
דו ביסט ניט וי כ'האָב פאַרטראַכט דוך
ערגעץ ווען און ערגעץ וו
טאָ פאַר װאָס זשע פאָרט אַלץ סיטראַכט זיך ;
ווער בין איך און ווער ביסטו ל..,
יעדער שאָטן איז אַ בענקען
נאָר דער שײַן װאָס איז פאַרשטעלט,
וי זשע זאָל מען ניט געדענקען
דאָס װאָס אונדז אַ מאָל באַהעלט *
וי זשע זאָל איך ניט אַלץ טראַכטן,
אַז עס מוז אַזאַ נאָך זײַף,
װאָס נאָך איר אין די פאַרנאַכטן
מוז מען בענקען וי נאָך שײַן?
קאָן דען זײַן, איך זאָל ניט אַנען
דאָס װאָס לאָזט מיך ניט צו רו?
פיל איך, אַז א י ך בין פאַראַנען,
מוז איך טראַכטן : , װער ביסטו ל".
ווילנע, אַפּריל 1946
43
גורל
כ'יהאָב געזוכט דיך אין דער גאַנצער שטאָט;
אין א יין בוידעמשטיבל ניט אַרײַנגעקוקט,
ביסטו דווקא דאָרט געוועך...
גורל מײַנער, גורל !
בין אַװעק איך זוכן דיך איבער דער וועלט,
אומעטום אוז דײַן געשטאַלט געגאַנגען מיר פּאָרױס,
דאָך אין ערגעץ ביסטו ניט געווען...
גורל מײַנער, גורל!
האָב איך אַ פאַרמאַטערטער אַראָפּגעלאָזט זיך אויף אַ שטיין --
מיד פון שטענדיק זען דיך פון דער װײַט,
מיד פון תּמיד נאָר באַשאַטנט זײַן, אַנשטאָט --- באַשײַנט..,
גורל מײַנער, גורל!
זיץ איך אויפן שטיין --- אַ. גרויער און אַ האַרטער פּונקט וי ער;
שטענדיק ניט געפינען איז אַ שװערער גזר,
שטענדיק מוזן זוכן איז אַ לוין..,
גורל מײַנער, גורל ---
צווילינג-ברודער גורל !...
ווילנע, אַפּריל 1960
44
עלעגיע
כ'האָב געהאָפּט דיך זען מיט גרויע האָר, -
װעט עס אָבער קיין מאָל שוין ניט ווערן װאָר ! -= --
װעל איך אָנשעפּן אַן עמער בלויע נאַכט
פון דער צײַט, װאָס כיהאָב מיט דיר פאַרבראַבט,
און זיך אָפּגיסן דערמיט און בלײַבן שטיין
אויף דער אייביקויט -- אַ שווערער בלויער שטיין,
און כ'וועל גליווערן און טראַכטן וועגן דיר,
וועגן מלאכישן גלעט פון דײַן באַריר..,
נאָװאָסיבירסק, 10,11,1941
45
46
ערגעץ שפּילט אַ פודל בײַ דער נאַכט
א פידל שפּילט --- די סטרונע וויינט,
דערמאַנט מיר װײטע יאָרן,
װאָס פופציק יאָר שוין װוי איך מיין,
אַז כ'האָב זוו אָנגעװאָרן,
דער פידל וויינט --- אָט ער גייט אויס
פאַרסירעפּט און צעצויגן,
דוכט זיך, דער אָטעם פון אַ הויז
איז עס אַרױסגעפלױגן,
און אַ פּאַראָבלטע בלײַבט שטיין
די שטאָט אָן פידלס וויינען;
די גאַס --- אַלױן, און איך --- אַלײן,
אַ גאַנצע וועלט -- אַלײנען...
געהערט כ'האָב פאַר די פופצוק יאָר
די בעסטע, דוכט זיך, פידלערס,
נאָר פּלוצעם איצט מיר דוכט זיך גאַר,
אַז אָט ד ע ר לאַקרעץ-לידלער,
נאָר ער אַליין מיט זײַן געוויין,
געשמאַקלאָזיקן קלאָגן
פאַרמאָגט דעם שלמותדיקסטן חן,
האָט סאַמע שיינס צו זאָגן.
און כאָטש ס'איז צנעװדיק זײַן בליפּ --
אי לאַקרעצדיק, אי גליטשיק,
איז ער מיר אַזױ פּײַנלעך ליב ---
מײַן קינדהייט גלעט זײַן סמיטשיס...
ווילנע, אַפּריל 1957
47
48
דער קלאַוויר
ליגן דאָ עס מײַנע טעג און נעכט
אויסגעלויגטע און אוין רוו
אין אַזאַ משונהדיקן סדר?
ועדער טאָג פאַרמאָגט זײַן שטים,
יעדע נאַכט -- אור אויגן קול,
אַלע קלאַנגען -- שכנותדיקע,
קרובישע, ניט-זעלבע,
כאַפּ אַ טאָג איך פון איין ברעג
און באַגלײט אים מיט צוויי נעכט.
נעם דערנאָך אַ װײַטע נאַכט
און איך טו זי
מיט א מחנה טעג פאַרהילכבן,
כאַפּט זיך אויף א מאָדנע וועלט,
וי גערירט ס'װואָלט זיך דאָס אויז
און אַװעק עס װאָלט דער טײַך פון לעבן..
ברויזט די דורכגעמישטע צײַט --
קינסטלעכער ליכט-חושך-בנט,
דאָך דאָס לעבן, ווען ס'ווערט אויפּגערודערט,
איז נאָך מער נאַטירלעך...
טאָג און נאַכט --
נאָ ר טאָג און נאַכט,
און אַזױ פיל ווערט פון זיי געמאַכט,
ביז עס פּאַלט אַראָפּ דער שװאַרצער דעק
און האַקט אַלץ איבער....
ווילנע, מאַרץ 1963
טרויסט
װײַל עס איז א טרייסט בנימצא
דאַרף דאָך גרינגער זײַן די צרה,
דאָך אויף דעם זיך צו פאַרלאָזן
איז באָדשט עבודה-זרה.
מיינסט, די טרייסט איז אַ ראַטוניק ?
ניין, זי איז דער טעמפּער ווינקל,
װוױּ דו קומסט זיך אויסבאַהאַלטן
און באַקומסט אַ טוכלען ווינטלי..
תּליאָביב, מאַרץ 1980
19
50
אָסור.,.
אָסור אויב איך ווייס פאַר װאָס
לוסט איז אָפּט פאַרבאָטן,
און אויף גרינקייט פונעם גראָז
פֿאַלט א שװאַרצער שאָטן,
אֶסור אויב איך טראַכט, אַז כ'וועל
עס אַ מאָל באַנעמען;
הלמאַי בשעת ס'איז העל
שטאַרקט זיך דאָס זיך שעמען.
אָסור אויב איך רייד זיך אנן.
אַז איך בין צופרודן
װאָס איך האָב מײַן אומרו-ברו
אויף רופּראָסט אויסגעבוטן,..
יפו, אָקטאָבער 1972
צִּ
אויב און טיפער פוטערפאס פון מײַן זכּרון
ליגן אָנגעזאַמלט לאַנג שוין אױיסגעװעפּטע ואָרן,
איז עס ניט דערפֿאַר, װאָס כ'בין קמצניש גיריס,
נשערט װײַל איך קראַנק בון אויף נאָסטאַלגיע-לוריק,
גוט איז װאָס די בין-השמשות-שעה טוט אונדז פאַרטרויען,
אַז עס איז אַ זכות, און ניט קיין שטראָף, ניט קיין נסיון,
װאָס דאָס גרויע ווערט קאָליריק אין זכּרון
און דאָס שלמות בענקט נאָכן אַמאָליקן חסרון.
ווילנע, אָקטאָבער 1968
51
52
א
דער מינדסטער געדאַנק
האַלט, אַז ער איז דער עיקר,
און עס איז אַ חיוב
פֿאַר אים זיך צו בוקן,
דאָך מיר איז מער ליב
דער קאַפּריז --- דער אַ שיכּור
װאָס איז ניט ביכולת
אַ ניכטערער קוקן...
ס'קען זײַן, איך באַגו
סאַמע נאַרישסטן פעלעה
און ס'װואָלטן קפּדנים
פֿאַר דעם מיך גאָר שמײַסן,
נאָר כ'ווייס : דאָס ז ע ן העלער
באַטײט ניט זײַן העלער,
אַ האָב ניט פאַראיבל,
דאָגמאַטיקער כּעסן!
ווילנע, דעצעמבער 1970
צִּ
ס'איז רעכט, ווען מע זאָל
אויף דער זון קוקן קאָנען,
מע װאָלט זי גאָר זען
װי מע זעט די לבנה:
אַ טרויעריק, גלײַבגילטיק,
לעקישדיק פּנים,
דאָך איצט זי פאַר אונדז איז
דער טראָפּ פון דער װעלט;
די שײַנונג
דעם שײַנערס חסרונות פאַרשטעלט.
ווילנע, אָקטאָבער 1966
53
54
די זון, נעבעך...
אוך האָב רחמנות אויף דער זון ווען זי פּאַרגײט,
עס פּלאָגט זי אַזאַ שווערע בושה,
אַז ניט נאָר זי אַלין װוערט רױט --
דער גאַנצער פּערלדיקער מערב פּלאַקערט..
נאָר אויך קאַואָר איז מיר אַ צער אויף איר.
זי ברעכט די נאַכט, באַשאַפט אַ טאָג,
און שטײגנדיק אַ יונגע, רייטלט זי זיך ווידער.
וויי-וויי, זי איז אַ מאָל פאַרגאַנגען!..
ווילנע, מאַרץ 1967
מענטש קעגן דער זון
וי זאָל מען אַזױנס פאַרשטיין?
װי אַ גרויסער טעלער ביסטו קליין,
און אַזױ פיל היץ, אַזױ פיל שײַן!
װי קען עס זײַן?
פון מײַן קינדהייט אָן איך זע דײַן גאַנג.
זינט כ'געדענק זיך, טוט מיך שטענדוק באַנג,
װאָס איך קען ניט אָנקוקן דיך גראָר,
און די גרעסטע קלאָרקייט בלײַבט אַ העלער סוד...
אין אַ גרויסן װאָלקן ביסט אַרײַן.
פון די זײַטן זײַנע פינגערט זיך דײַן שז
אוּן אַז װעסט אַרױס באַלד פון דער גרויער ציך,
װועסטו כאָטש באַמערקז מיך ?
ווילנע, אָקטאָבער 1963
55
56
צווישנצייט
און גרויען טוך פון דעמער-שעהח
פֿאַרקוטעטע די גאָסן
ניטאָ קיין מער באַקװעמע שעה
װאָס זאָל פּאַר ספקות פּאַסן,
װי די װאָס איז ניט-טאָג, ניט-נאַכט,
ניט-פונצטערניש, ניט-העלקייט,
ווען ס'איז דערשטיקט זונס רטע פּראַכט,
און ס'גילט לבנהס געלקייט,
איז אָט דערמאָנט זיך מיר;
בל טאָג געטאָן איך האָב, װאָס גוט איז,
דאָך איצט מײַן האַרץ זאָגט מוסר מיר;
,אַזאַ מין זאַך, װער טוט עס ל",
און כ'ווייס ניט, צי מע טוט ניט גוטס,
צי איך האָב ניט געטאָן עס..
נאָר ספקות אומקלאָרע אַ טוץ,
וי נעכטיקע לבנות
זיי שטויען פאַר די אויגן מיר,
אַז ס'ווערט די גרויקייט גרויער.
כ'דערפיל דעם גליטשיקן באַריר
פון צווישנצײטן-טרווער,,
ווילנע, אױגוסט 1957
אַ זומער-אָװונט
שאַקלען די נאַסטורציעס מיט די קעפּלער --
שטימען אײַן מיט אַלץ
װאָס סיזאָגט דער ווינט.
שמייכלט די לבנה,
וי סע פּאַסט זיך פּאַר א טיפּשה
בעת איר דאַכט זיך,
אַז זי לויב פּאַרדינט.
און די פרעש מיט אױפּגעפּראַלטע געמבעס
קלימפּערן אַרײַן אין חושך :
,קאַרג! קאַרג! קאַרג! קאַרג !*
לײַטזעליקע שטייען דעמבעס,
אַ צופרידענער -- דער באַרג,
מער ניט זיי, די גליטשיקע, איז קאַרג
װאָס דער גורל זיי באַשערט!
און זיי קוויקז זיך אין װאַסער,
און געניסן אויף דער ערד...
ווילנע, פעברואר 1967
57
58
לבנה
פֿאַרגיב דער לבנה
איר נאַרישן שמייבל,
די פרייד, װאָס דאָס גלוק
צו באַשײַנען געהערט איר.
פֿאַרגעס ניט,
וי זי איז געהאַנגען אַ בלייבע,
באַשײדן געװאַרט
אויף אור שעה דער באַשערטער.
ווילנע, אָקטאָבער 1963
אַ לבנה-נאַכט
בײַ דעם צעפאַלענעם אויף שטיקער װײַסל
הענגט דאָס געלכל גאַנץ און שטײף.
און איך האָב ניט געזען דאָך גאָר קיין אוו, -
פון װאַנעט איז עס אַלץ געקומען?
די שװאַרצע ריזן-שיסל הויערט מיטן מויל אַראָפּ,
און דאָך אַלץ האַלט זיך, גאַרנישט פּאַלט אַרױס,
דער צווייטער װוּנדער
אוז נאָך אובערראַשנדיקער פונעם ערשטן,
אָ זע: די שטיקער װײַסל האָבן זיך צונויפגעשמאָלצן,
זע-זע : דאָס גאַנצע ווידער איז אויף שטיקער זיך צעפאַלן,
נאָר בלויז דאָס געלכל איז, װוי פרוער, גאַנץ און שטײַף;
צי איז עס דאָס באַשטײוקע װאָס אינעם לעבן?
און סודותדיקער ווערט דאָס גרויסע אוי --- די וועלט --
װאָס כ'האָב עס קיין מאָל, קיין מאָל ניט געזען אין גאַנצן,
און װאָס איך גלויב, אַז איצטער זײַנע אונגעווייד אוך זע :
זײַן געלכל װאָס איז שטײיף, זײַן װײַסל װאָס זיך ענדערט...
איך שטיי און קוק, און קוק... די נאַכט ווערט אָן איר האַפט,
א פּלאַקער שפּאַרט אַרױס, ס'ווערט ראָז די שװאַרצע שיסל.
כ'באַטראַכט אַלץ פון דאָס נײַ און איך דערזע שוין: ס'הענגט
דאָס געלכבל פון בײַ נאַכט --- אַ שטיקל װוײַסע שאָלעכץ...
ווילנע, אַפּריל 1960
59
60
לויב
פּיצלעך שטערן און לבנה
מיטן זאַפּרען-געלן פּניט,
וי אַזױ איז אײַך געלונגען
איר זאָלט זײַן אַזױ באַזונגען,
ס'זאָלן אַכפּערן אײַך דיכטערס
מער נאָך װי די שאַרפּסטע לוכטער --
וי דעם בליץ און וי די זוןל
קוקט לבנה נאַריש-פרום,
גלאָצן שטערן און זיי שווליגן,
פּלוצעם ערגעץ פוּן די צווײגן
און די נאָדלען די יאַדלאָװע
רופט זיך אִפּ אַ שטאַרע סאַװע ;
,יאָ, מע זינגט ,לבנה... שטערך....
מיינט מען עס דען זיי באַערן?
מע באַזינגט עס דאָך די נאַכט ---
זי, װאָס זעעוודיק מיך מאַבט"...
ווילנע, יאַנואַר 1957
שלאַפּלאָזוק...
אַ האַלבע לבנה,
אַ פולע לבנה,
צו איז דען אַ חילוק?
אַלץ איינס איז דאָך נאַבט,
פאַרקראַמף דײַן נשמה,
מאַך טויב דײַן נשמה,
צי ס'הוליעט דער ווינט,
צי ער גוטמוטיק לאַבט,
סע שטאַרן די שעהען --
פאַרשטעלטע ניטאָען,
װאָס זײַנען פאַראַנען
צו זײַן נאָר א שטראָף,
אַ פולע לבנה,
צו האַלבע לבנה -- == == =
אַ פּוסטע נשמה,
פול בענקשאַפט נאָך שלאֶף...
זפו, פעברואַר 1979
1
62
צִ
רײַב איך אַ הײַפעלע שײַן אין די דלאָניעס ---
גאָרנישט פאַרבלײבט!
גאָרנישט פאַרבלליבט !
פּצניקט מיך ספק : װאָס האָב איך צעריבן?
אפשר דוי צײט?
אפשר דוי צײַט?
טו איך אַ גלעט מיט דו פונגער די שלויפן ---
פון אָדער דעם שלאָג,
פון אָדער דעם שלאָג,
קוק איך אין שפּיגל, געפין אין די פּאות
פערעמלעך טאָג,
פעדעמלעך טאָג...
ווילנע, סעפּטעמבער 1965
אַ נאַריש מעשהלע
אין פרעמדן ערגעץ-װװווּ --- פון אַלע ערטער װײַט,
אין אַ פאַרװאָרפענער פאַרהוילענער מדונח.
באַגעגנט האָבן זיך צוויי סתּוירהדיוקע שטיקלעך צײַט --
א װײַסע ווינטער-שעה, אַ זומער-שעה אַ גרונע,.
געװאָרן איז אי קאַלט, אי װאַרעם אינעם װײַטן קאַנט
און צווייוַק שיין איז מיט אַ מאָל דאָרט אַלץ געװאָרן,
געשטראַלט, געלויכטן האָט דער זאַלבענאַנד-װידעראַנאַנד,
אַז ס'האָט די זון אַלײן זיך אַזש פֿאַרלאָרן:
גענומען האָט זי אומװאָגלען אַרױף, אַראָפּ ---
אָט אויף איר ווינטערהייך, אָט אויף איר זומערהויך פאַרקראָכן,
פאַרדרייט האָט זיך דער זון איר פערדיקער קאָפּ,
געלאָפן איז זי און די שטראַלן-פינגער זיך געבראָכן..
אין ערגעצלאַנד, אין זומער-ווינטערדיקן ערגעצלאַנד
א ניכטערע געזעצטע זון געװאָרן איז צעטומלט,
אין ערגעצלאַנד, אין שיינעם אויסגעלויבטן הער-גאָטס-לאַנד
געשען אוז עס אין אַ צערודערטן אַנומלט...
ווילנע, מאַרץ 1967
63
64
הי-געװאָרענער ניט-הי
דיכטונג
וי שיפעלעך לאָז דײַנע ווערטער
אַװעק מיטן שטראָם פונעם ריטעם,
בײַט הונדערטער מאָל זיי די ערטער
און צווייפל צי האָסט ניט פֿאַרביטן.. .
רײַס זיי פון צונג אִפּ, װוי פּואַווקעס
װאָס האָבן דאָס בלוט דיר געזויגן,
װואַרף זיי װוי שוכּורע דווקאס
דער ניכטערער װאָר אין די אויגן,
מעגן זיך צאַפּלען די זאַצן
אַזױ װוי צעשניטענע שלאַנגען,
מעגן וי קנאָספּן זיי פּלאַצן
און שווער זייִן װוי צײטיקע זאַנגען,
גיב זוי דו פרוהויט געגאַרטע
נאָך דעם וי דו האָסט זיו געבונדן,
האַרטע שמיד אובער אין צאַרטע, -
דערמיט, װאָס פאַרװונדיקסט, היול ווונדן...
ווילנע, אַפּריל 1966
צִּ
ס'האָט פּלוצעם ווידער אַ מאָל מיך אַ טראָג געטאָן מײַן ערשטער טראָט,
און איך אַװעק בין גיין אַ שליחות װאָס איך קען עס ניט פאַרלײַדן.
אַ שקרן האָט מיר צוגעשאַרט זײַן נײַעם פּאַלשן גאָט,
און מיר האָבן געפעלט סײַ אײַנפאַל און סײ כּוח אים צו מײַדן.
האָב איך געפּלאַטערט קעגן אים און זיך געבוקט
(אַ מאַריאָנעטקע װאָס מע ציט זי פאַרן שטריקל),
צעטראָגן-אומבאַהאָלפן אַרום זיך געקוקט,
ניט מיטן אויג בלויז, מיטן גאַנצן לײַב צו אים געשיקלט...
וי לאַנג ? וי לאַנג נאָך װעל איך נאָכשלעפּן זיך נאָך אַ פרעמדן טרוים
און ניט געדענקען דאָס װאָס דאַרף אַ לער מיר װערן?
ווען נאַכט איז לויג, ווען טאָג אוז שוים,
װאָס טויג דאָס זשעדנע חשקן זיי צו פאַרמערן?
און וי געשעט עס, װאָס איך בין נאָך אַלץ דער לײַכטגלייביקער בנואָק
װאָס איז ביז צו דעם טאָג דעם הײַנטיקן נאָך ניט דערגאַנגען,
אַז דער װאָס טוט אַרױף זײַן אמת אויף א װענטקע-האָק,
האָט דאָך דערמיט זיך גופא אױפן האָק געפאַנגעןי.
זפו, אויגוסט 1979
65
זענער װאָלקן...
יענער װאָלקן, װאָס איך האָב זיך איצט אין אים דערמאַנט,
האָט געהאַט שוין אַלע זײַנע דונערן אַרױסגעדונערט,
נאָר צי האָט עס געבן פרויד געקאָנט,
אַז עס אוז געווען דאָך אויך שוין אָפּגעזומערט,
און ס'איז שוין קיין חילוק ניט געװוען:
מיט אַ דונער ווייניקער צי מערער --
אזא צײַט, ווען מיט אַ מאָל מען זיך דערפילט,
וי מע זײַן װאָלט קעגן אַלץ װאָס רעכט אוז אַ פאַרשװערער,
און מע זיצט אַנטמוטיקט און פאַרשטאַרט,
וי די קראַנקע שװאַלב, װאָס אוז אַליין אין װינטערלאַנד פאַרבליבן,
און אַנשטאָט אַמאָליקער צעפלאַקערטער אַלצדאַרפֿיקײט
איז געקומען טשאַד פון אומצופרידנקייט און איבל,
יענער װאָלקן, װאָס האָט דעמאַלט מיך לגמרי ניט געאַרט,
האָט איצט פּלוצעם אָנגעהויבן מײַן זכּרון פּלאָגן
און האָט מיר מיט רישעותדיקסטער שאָדנפרייד דערמאַנט,
אַז די צוועלפטע שעה איז ניט מחויב פּונקט אום צוועלף צו שלאָגן...
תּל-אָביב, אַפּריל 1980
66
צִּ
סע טרעפט, אין עפּעלע כאַפּט זיך אַרײַן א װאָרעם נאָגן,
און דו, ניט ויסנדיק דאָס, מאַכסט אויף אים פרום שהחיינו,
וי קענסטו אַזאַ ברכה דורכגעפרעסענע פאַרטראָגן,
דו -- דער װאָס האָט דאָס רעכט צו גאָט צו זאָגן: אַתֹּה בחרתנו?
מיינסט, דאָס איז נוקם זיך אין אונדז די זינד פון חווהן אונדזער מוטער,
דעם טאַטע-אָדמס מיטגעניסן פון דער ניט-דערלויבטער פּרו?
און מהמת לײכטזיניקייט פּויל-באַקװעמער און באַרוטער -
פאַרגעסן מיר, אַז סיקען ניט בלײַבן אומבאַשטראָפט אַזאַן עבירה ?
ניון, ס'אוז ניט שטראָף, באַנעם דאָס קלאַפּן ניכטערע פון לעבנס דופס:
פּונקט װוי דער מענטש געניסן טאָר, סע טאָרן אויך די װערעם!
װאָלסט שוין געדאַרפט אַנטװײינען זיך פון זען אַלץ אויבנאויפיק
און מיט א שטאָלצער פּשרהדוקויט דער נאַטור געטרטשאַפּט שווערן.
תּל-אָביב, אױגוסט 1980
67
צִּ
האָב איך זיך פאַרטשעפּעט אין מײַן לײטושקייט,
זי אַװעקגעבריקעט, וי מע טוט עס מיט א שטרויכלשטיין,
און דערלאָזט מײַן האַרץ זאָל נעמען וואנדרעווען
אויפן קרומען אומוועג פון דער אוביקייט,
האָבן נאָכגעבילט מיר סטטעס אונו-ניראה-הינט :
,כּ-בוד ! כּ-בוד ! כּ-בוד! כּ-בוד אים !"
און אַ װאַטענע לבנה א צופרידענע
האָט אַװעקגעאײַלט די שטערן אָנזאָגן,
אַז עס איז, אַ פּנים, נאָך אַזאַ פאַראַן
װאָס בא װײַזן װועט דער זון איר נישטיקייט...
האָב איך זיך דערזען, אַז כ'בין אַרײַנגעכאַפּט
אין דער פאַנגנעץ פון אַ ברודנעם קינאה-וועט,
און איך בין געפאַלן כּורעים פּאַר מײַן לײַטישקײט
דער אַװעקגעבריקעטער, שוון האַלב-צעטראָטענער:
| זײַ מיר מוחל, אַזױ טיף באַלײידיקטע,
זײַ דאָך מוחל דעם װאָס זאָגט דער צײױטװײַליקײט , הרי אַתּ" !
יפו, 1979
ביזיהשמשות-ליר
א דאָס לוד, װאָס איז צום בין-השמשות רק געווענדט,
װאָס, וי קורץ סע זאָל ניט זײַן, איז עס זאַיאַדלע לאַנג,
אָט דאָס ליד, װאָס אין דער רגע ווען מען עס דערקענט,
ווערט מען אָן דעם שטאָלצן פלי פונעם געדאַנק!
ווער האָט אָנגעהױבן, ווער װעט ענדיקן דאָס ליד,
װאָס איז אָנגעפילט מיט פוילן בלעטערפאַל-געפלו?
ווער װעט אויסברענען פונעם פאַרווילדפליישטן געמיט
דאָס זאַנקען זיך פון אַ שוין עובֿר-בטלדיקער גריל?
גרויע טענער, גרויע פּויזעס, גרוי געמיט.
יוִנגסטן פּנים, דאַכט זיך, קליידן װאָלט א גרויע באָרד...
זוך איך ווערטער, װאָס זיי פּאַסן זאָלן צו דעם ליר,
קומט מיר אויפן זינען איין-און-איינציק װאָרט :
לעפּיש ..
ווילנע, נאַװועמבער 1970
69
70
אש..
ווען ס'ברענט אויס אין האַרץ דער ווייטיק,
וו פאַרבלײַבט דאָס אַש?
אַש פון קראָפּעװע צי קווייטן,
אַלע אשן אט אש...
מעג זײַן, ס'צוימען אונדז פעטושן,
זאַבאָבאַָנע בונדט ;
אָבער אַש מיט אש צעמישן
איז דאָך פֿאָרט א זונד...
צײַט און ווינט דאָס אַש צעווייען, --
װײַס דאָס אַש צי שװאַרץ, --
ווען עס ברענען אויס די ווייען,
װאָס בלײַבט אינעם האַרץ?
ווילנע, מאַרץ 1965
צּ
אויסגעבלויכטע זריחות און פאַרגרויטע שקיעות,
קופּקעס אַשׁ -- עס ליגן מײַנע שענסטע טרוימען...
זאָג, קאַלירטער פויג?, װאָס אין רײַכער שטײַג זיצסט,
װאָסער מין פון קערנער איז דער סאַמע זיסטער?
ענטפערט ניט דער פויגל, נאָר זײַן שנאָבל ציט זיך
צו א בידנעם יאָדער, װאָס אין שטויב זיך װאַלגערט --
אינעם שטויב, אויף יענער זײַט פון שטנם,
תּל-אָביב, אָפּריל 1980
71
72
צּ
רעכטס : אַ בוים אַ הוילער,
לינקס : אַן אויסגעהוילטער בוים,
ביידע -- אָן שום בלעטל
אויף געצװײַג און קרוין,.
ס'איז אַזױ פאַרשיידן
זייער חיות-גרין אַװעק,
אוונעם קומט נאָך לעבן,
און דעם צווייטן -- נאָר א זעג,
שטאַרט דער בוים דער הוילער,
שטאַרט דער אויסגעהוילטער בוים,
ערשטן היילן טרוימען,
צווייטן איז מבזה טרוים...
ווילנע, נאָוועמבער 1969
צּ
איז געקומען אַ שאָטן
אין אַ װעלט װאָס איז פרעמד,
האָט אים טעמפּקײט געטראָטן
און געמוינהייט געשענדט.
ער געווען איז אַ מורד --
קעגן זון זיך געשטעלט,
ליגט ער איצטער א יורד --
פון אַן אָפּטריט פאַרשטעלט,
וויי, װוי בייז עס מײַדט אויס אים
די באַלײדיקטע זוך.
ער איז גאָרנישט מער אויסן.
ווערט ער שװאַרצער דערפון...
ווילנע, יאַנואַר 1968
73
באַלוינונג
כ'ווייס אַז מענטשן האָבן פײַנט דעם וינט
און האָבן ליב דו שטראַלן,
אָבער אויך דעם וינט איז קאַלט
און ער דערװאַרעמען זיך איז אַ בעלן
עפן אים אַ פענצטער,
עפן אום אַ פענצטער,
ס'מוז ניט זײַן אַ היים פאַרמאַכט!
כ'ווייס אַז הײַזער
האָבן טירן, ריגלען, שלעסער,
און, אַן אָפּגעזונדערטע, |
עס פילט די רו!קייט זיך זיכערער און בעסער.
און פונדעסטוועגן פאַרשפּאַר די הינט..
שליס אויף דײַן טיר, פּראַל אױף דײַן פענצטער!
זעסט שוין: ס'האָט דער קאַלטסטער ווינט
די פרישסטע לופט געבראַכט,
ווילנע, אָקטאָבער 1967
צִּ
נאָך צען מאָל י אַ קומט איין מאָל ניין
און אַלץ װוערט רוצחיש אָפּגעװישט.
דאָס אומפאַרמײַדלעכע פאַרגיין
איז דאָך דער איינציקער ג עוויס,
ניטאָ קיין תּרופה קעגן דעם,
אַחוץ עס נאָכגיביק פֿאַרשטיין...
אַ צופעליקע י א ען צען,
אַ רישעותדיק באַשערטער ניין!
יד'
ווילנע, אױגוסט 4970 +
75
76
,מאָמענט-מוזיקאל"
זע, די דעכער ציטערן,
ס'וויגן זיך די שוועלן,
דורך א נעפּל שיטערן
שיטן זיך קאַרעלן...
פּונקט אָט דאָס, װאָס האָט געפעלט,
אוז אַצינד געקומען,
זאָל געבענטשט זײַן אַזא וועלט,
װאָס זשאַנגלירט מיט זונען !..
ווילנע, סעפּטעמבער 1961
זונאוופגאַנג
אויף די רויזן פינקלט טוי,
אויף די דערנער בלינצלט ער --
ס'קוקן האָפּערדיק אַזױ
אייגעלעך געקינצלטע;
און פון ים : אַ רויטע ראָד
טויכט אַרױס אַ מעכטיקע.
ווערט צו נישט דער אומקום-סוד
פֿון דער שקיעה נעכטיקער!
ווילנע, אַפּריל 1960
77
78
קנאָספּן
און ווידער הייבט זיך אָן אַלץ פון דאָס נײַ!
גיין, גיט אויף ס'נוו -=
סע הייבט זיך אָן צום ערשטן מאָל.
װײַל װער עס וייסט, אַז ס'איז פון ס'נ נ,
דער האָט דאָך שוין אַמאָל געזעך אַ סוף,
איז ער שוין אַלט
און ניט קוין מבין מער אויף קנאָספּן..
ווילנע, אַפּריל 1964
פֿאַל,..
אויב דער בלאַט האָט שוין זיך אָפּגעריסן פון דער צוונוג,
טאָ צו װאָס באַדאַרף ער נאָך אין לופט זיך דרייען?.
פאַלצײַט איז במילא ניט קוין צײַט, - |
און ניטא איז װאָס מיט אַ פאַרלענגערן זי זיך צו פרווען,
פלוען סתם -- געשלײַדערט פונעם וינט,
און דערפאַר פּאַרטראָגן ווערן װײַט פון שטאַם און װאָרצלעןל
וויי צום פלי, װאָס ער דעם פאַל באַדינט !
פאַל און פלי --- דאָס גרויליקסטע געפּאַָרט צמך;. -.
ווילנע, פעברואר 1964
79
80
אויף יענער זײַט צוים
סע האָט זיך מיר געחלומט, כ'זע א חלום,
זיך אָפּגעריסן פון אַ װאָר, װאָס איז אַלײן בלויז טרוים,
געמוזט כ'האָב מיטן טײַערסטן באַצאָלן
פאַר מײַן אַריבערקלעטערן אַ צוים הונטערן צוים :
פאַרלאָרן כ'האָב דאָס גלוק פון קענען שטוינען,
געװאָרן איז מיר אַלצדינג אובערמאָסוק קלאָר,
גענומען חוזקן כ'האָב פון דער פאַרביקייט פון טרוימען,
מיט ביטול קוקן אויף דער גרויקייט פון דער װאָר...
ווילנע, אַפּריל 1964
װאַנדערלנד
אויפן ראַנד פון ואָ און ניין,
סתם אַזױ און דווקא,
האָב איך ליב זיך לאָזן גיין
צווישן הינט-געהאַווקע...
מיינסט, דאָס שמעקט אַזױ דאָס הווי?
ניין, דאָס שמעקט דאָס לעבן!
גיי איך מיר און גיי, און גיי,
און בלײַב רק דערנעבן..
ווער בין איך ; פון װאַנעט כיקום ?
װאָס איז עס דיר וויכטיק?
כ'גיי, װוי דו, אונטער דער זוךן,
כ'פריי זיך, װאָס ס'איז ליבטיק, -
כ'זע אַ שליחות אין מײַן גאַנג,
אין מײַן טראָט -- דעם אמת,
כ'טרוים, מין פריידיק העל געזאַנג
ווערן זאָל אויך יענעמס...
אויפן ראַנד פון יא און ניין,
סתּם אַזױי און דווקא,
האָב איך ליב זיך לאָזן גיין
צווישן הינט-געהאַווקע,
קורץ איז ער, דער לאַנגער וועג,
לאַנג איז ער, דער קורצער,
טאָטשען, נאָגן װאָגלטעג --
אומרו-צער טײַטשט אור-צער!
ווילנע, יוני 1961
81
82
היים
רוף מיך ניט, איך װעל ניט גיין,
וועמענס ווערן װאָלט מײַן הוים?
און דער דעמב, װאָס בײ מײַן טיר,
װאָס װועט זײַן מיט אים אָן מיר?
רוף מיך ניט. די װײַט איז פרעמר,
ס'איז די היים דעם לעבנס העמר;
און מײַן זעל, איר ניט געפּעלט
װאָגלען נאַקעט דורך דער וועלט,
רוף מיך ניט, איך על ניט גיין,
װאַרף ניט אין מײַן האַרץ א שטין!
ווילנע, מאַרץ 1960
צִּ
פֿאַרשװאַרצט -- די דאַכלקעס, צעקרימט -- די ווענט;
און דאָך האָב איך דאָס הויז דערקענט !י.,
װער? -- ווער קוקט עס פון דאָרט אַרױס?
איך ווייס, נאָר כיזאָג עס מיר ניט אויס;
ווען דעם גאַרדין כזאָל טאָן אַ ריס
און װײַזן װוער אזא דאָרט איז,
װואָלט אוממעגלעך זײַן צו פּאַרשטײן,
װוי קום איך דאָ -- אין דרויסן --- שטיין...
און װי גאָר איז עס מעגלעך שטיין
צעצווייט און צװיופּאַכיק-אַלױן?
ווילנע, אָקטאָבער 1970
83
אין אַ שמאָל געסל...
שמאָל דאָס געסעלע, װוּ איך שפּאַציר,
שמאָל. איז עס {
און די לאַװע, װאָס איך טרעט אויף איר,
שמעלער אוז, -
עפּעס איז דאָ מאָדנע ענג אַלץ --
בלויז קוים-קוים,
און אַרום : די וועלט אַ גרויסע --
ברייט, גערוים,,,
װאָס זשע האָב איך צוגעשנאַלט זיך
צו אַ הוון?
מוז א מענטשנקינד זיך טוליען
אין אַ ציגלשויס ?
דוכט, מען איז דעם גאַנג פון לעבן
מער געטרנ,
ווען מע ווירעוועט מרחקים
פויגל-פרנד,
תּל-אָביב, יולי 1980
צִּ
צוֶען קוימענס זיך צום הימל
און באַשפּײַען אים מיט רויך,
זײַנען רינשטאָקן מקנא ;
, אָט אַ שפּײַען זיי עס הויך וי
און די טראַטואַָרן הערן,
גליװוערדיקער זיך פאַרטײַען --
ווילן גרויער באָדן זײַן.
איידער לעבן פון באַשפּײַען,
בעסער שוין באַשפּיגן װערן,
ליבערשט שוין באַטראָטן זײַן!
ווילנע, יאַנואַר 1969
5
86
קונסטבילד
ס'איז דער מאָלער לאַנג ניטאָ שוין,
אָנגעמאָלטער -- נאָר אַ משל;
און אַ שטיקל לײַוונט לעבט,
אַרום זיך אַ שטימונג וועבט..
װוער -- דער פלעק, אָדער דער שטריך --
טראָגן אווביקייט אין זיךל
ניין, זי קומט פון גרויסן בונדר --
הערצער צוויי מיט א בשותפותדיקער ווּנד.
ווילנע, 1958
בי א פּאַרטרעט
דער מאָלער האָט געטראַכט:
, מײַן זוכן ענלעכקייט געצוימט האָט מײַן התלהבות".
געווען ס'איז ניט צופּרידן דער מאָדעל :
, ניט איך בין דאָס, ניט איך וי
אוּן צווישן ביידע ערגערנישן
אַרומגעשמײַעט האָט דער פּענדזל
און יעדע װײַלע צוגעשמירט
אַ רק נאָך פעלנדיקן שטריך...
צוויי סתּירהדיקע ווילנס
האָבן זיך צונויפגעשטויסן :
ס'אַרױסבאַקוּמען דאָס פאַרהוילענע,
דאָס פּנים איוגענע פֿאַראײביקט זען;
און צווישן זי : אַן אומרויקער פּענדזל
פּאַרריכט האָט רק
אָט מיט באַדאַכטן קוים-זיך-צורירן
און אָט מיט ברען...
ווען האָט עס אויפגעהערט?ל
ווען איז געװאָרן עס פּאַרענדיקט?
וי לאַנג האָט עס געערגערט יעדערן פון זויל
נאָר דאָס א טאָפּל-ערגערניש
שוועבט אום נאָך הײַנט אַרום דעם לײַוונט
און עס באַלעבט די טריבע טויטקייט פון ממוזיי...
ווילנע, נאָוועמבער 1969
87
88
אַ געמעל פון אַ פאַרילאושטן
א װאָגן אויף איין אַקס,
אַ קופּע שאַרפע שטיינער,
אַ קראַנקער אַלטער הונט,
צוויי אויסגעקרימטע ביימער,
אַ שטריך, אַ שטריך, אַ פלעק --
צעפּלאָסן און גערונצלט,
אַ װאָלקן, וי א קראָ,
זײַן שנאָבל אין דער זון צילט...
ווילנע, יוני 1968
פּעגאַסאָס
ניט-ערדיש פערד,
װאָס האָסט פיר פיס און פליגל צווי,
װאָס טרינקסט באַגײסטערונג
און כראָמטשעסט שטערן אַנשטאָט הוי,
טראָגסט אום זיך שטורעמדיק --
אָט מיט גאַלאָפּ, אָט מיט געפלי
איבערן רחבותדיקן מלכות
פון אַ הי-געװאָרענעם ניט-הו,
דו יאָגסט און יאָגסט --
מיט קאָפּעטעס און פליגל די מרחקים רײַסט,
בכּיוונדיקע פעלשונגען
פאַראמתטע באַװײַזסט...
פלי, פלי, העל פערד,
דעם לעבנס זלידנע גרויקייט פליק,
מיט אָנגעווייעטע יום-טובים
אונדז דערקוויק,
סע זאָלן שטראַלנדיקע אויפגיין
בילד נאָך בילד,
און מיר זאָלן ניט וויסן
װוּ עס איז געלעבט, װוּ זיר געשפּילט...
סע יאָגט דאָס פערד --
עס פליט און הירזשעט פון התפּעלות ווילד,
89
90
מיט עק צעפאַכעטן
מאָלט װוּנדערבילד נאָך װוּנדערבילד,
ביז פּלוצעם :
א זיך װאַרפנדיקער שאַרפּער בלוץ
גיט וי אַ פּערבלטש
איבערן רוקן אים אַ שמיץ,
און וי א לויצע
טוט אַ צי אַ קאַלטער שקיעה-שטראַל --
צווינגט לויפן אָפּרוען
אין פּערדנשטאַל...
ווילנע, דעצעמבער 1969
קענטאַוראָס
איך בין אַ וואָר געקניפּט מיט סור,
און פון א מין װאָס איז ניטאָ גאָר.
מײַן קאָפּ פאַררײַס איך רק צו גאָט
און כ'דריגע, בריקע וי אַן אָגער..
װאָס טוג אַ מענטש -- נאָר קאָפּ און ברוסט?
װאָס טוג אַ פערד -- נאָר לײַב און טלאָען?
האָט דער באַשאַפּער דען געמוזט
זיך לאָזן אויף אַזאַ שגעון?
איך בין באַריטענער, צי בירײט?
ניין, כ'בין בלויז העלפטן פון די ביידע!
און יעדע העלפט איז אַ פֿאַרבײַט,
אי א געפינס, אי אַן אַבדה,
איך פּאַס אין שטוב און פּאַס אין שטאַל,
דאָך דאָ און דאָרט קאַפּױער כיפיר זיך :
וי בלויז צוויי פיס כ'װאָלט האָבן, ביפּאַל,
וי ס'װאָלט מײַן קאָפּ זײַן פערדיש כ'הירזשע...
ווערט קליאַטשיש בייז מײַן פערדנטייל,
באַפאַלט די מענטשהעלפט, װאָס אין מיר אוז:
, דו האָסט פֿאַרדאָרבן, נעם זשע הייל!
אַלץ װאָס אונדז קוועלט איצט -- צוליב דיר איז!
92
דײַן לײַכטזיניקייט האָט באַשערט --
דײַן דולער טרוים האָט אונדז געבאָרן.
װי פּאַלט עס אײַן דיר: מענטש און פערד
גאָר אין איין גוף צונויפצופּאָרן?
אויך פאַרן דמיון גילט פאַרבאָט,
מע מוז באַדאַכט זײַן, בעת מע טוט װאָס!
דו האָסט באַשאַפן, מעשׂה גאָט,
און מיט אַ פערד אַרײִַן אין שותּפות"..,
ווילנע, סעפּטעמבער 1966
בײַם עצ-הדעת
צּ
זינג צו מיר דאָס לויבגעזאַנג --
דאָס העלסטע אויף דער ערר, :
דאָס סאַמע סאַמע הױפּטגעזאַנג:
,דעם נאָמען מענטש ביסט װערט!". .
אַל דאָס איבערוקע איז
זייפנבלאָז נאָך זייפנבלאָז,
דורכגעצווייפלטער געוויס,
אומפּאַרענטפערטער צוּװאָס,
ואָ, דאָס לעבן פּשוט אוז --
פּשוט מיסטעריעז!
מידע, צעפּאַלאַשעטע
יאָגט מען זיך נאָך נס,.,
תּל-אָבוב, ווני 1980
93
94
צ
וויי, װי קורץ עס איז דער טאָג פון פריד,
און וי לאַנג דער טאָג פון אומעט!
זאָג מיר ניט : זיי זײַנען גלײַך,
כ'וויל ניט, סע זאָל אויסקומען זיי אובערמעסטן...
גערן זאָג איך אָפּ זיך פון געניסן גליסק,
אויב דורך דעם קען עמעץ מײַדן אומגליק,
ניין, איך טאַנץ ניט קיין מה-יפית דיר,
װילר-קאָפּריזנער פּריץ --- לעבן !
תּל-אָביב, מיי 1980
שװועסטער כװאַליע
שוועסטער כװאַליע, -- צײַטװײַליק און אומרווק וי איך, --
אַזא מוטיקע דו גייסט דײַן קורצן גאַנג,
פילנדיק די גרויסע אומענדלעכקייט הינטער זיך,
ברויזיק טראָגנדיק אין זיך דעם ימס פאַרלאַנג,
סאַראַ רוישיקייט אין אויפגיין דײַנעם צו דער הייך,
אינעם פאַלן -- סאַרא פּלאַצן, סאַרא שוים,
קוים איין פּיצעלע פ אָ רויס דו האָסט דערגרייכט,
שוין זיך אָנגעשטויסן אינעם גורלס צוים...
שוועסטער כװאַליע, ביסט פאַרשוװונדן, פּונקט וי ניט געווען,
און א צווייטע זע איך קומען אַנשטאָט דיר.
עמעץ קוקט אויף מיר, אַזױי װוי דיך ער נעמט מיך זען,
עמעץ טראַכט געוויס, אַז אומזיניק עס און מײַן פור...
שװועסטער כװאַליע, אין ד ײ ן װאַסער, אין מ ײַ ן בלוט
שטעקט די גרויסקייט װאָס א קלווניקייט מע טוט,
ריגע-דובולטו, סעפּטעמבער 1956
95
96
לאָמיר זיך שפּילן..,
לאָמיר זיך שפּילן אין לעבנספרויר ---
די קליגסטע און נאַרישסטע שפּיל,
געזוכט און געפונען;
געפונען, פאַרלאָרן,
און ווידער געזובט,
געלאָשן דעם גומען,
געזעטיקט געװאָרן,
אוּן נאָך ניט פאַרזובט..,
לאָמיר זיך שפּילן אין לעבנספרייד ---
די ליבסטע און נייטיקסטע שפּיל,
אַ ראָזער פרימאָרגן,
אַ בלוילעכער אַװונט --
און אויס אוז דער טאָג,
אַ טאָרבע מיט זאָרגן,
אַ מעסטעלע האָפן,
און סיצאַפּלט די װאָג...
לאָמיר זיך שפּילן אין לעבנספרייר,
און לאָמיר אין איר --- אין דער שפּיל ---
געשמידט אין געבאָטן,
אָן קייטן פאַרבלײבן,
אויף וויפל אין אונדז ס'איז געווענדט,
די פּאַסטקעס פון שׂטן
אויף שטויבן צערײַבן
און בלײיבן מיט זויבערע הענט.
לאָמיר זיך שפּילן אין לעבנספרייד,
פֿאַרגעסן, אַז ס'איז נאָר אַ שפּיל!
ווילנע, אַפּריל 1966
97
98
פֿאַנטאַזיע
שפּרײז איך אובער שטיונער פונעם ברוק
און איך טראַכט: איך טרעט אויף שטערן
ס'איז געוויס געווען פון מיר ניט קלוג
ביז איצט קיין מאָל ניט אַזױ צו קלערן..
אנ זיו שײַנען גאָר ניט, אײַ זיי זײַנען גרוי?
סאַרא חילוק? שטערן בלײַבן שטערן!
אוז עס אומגעפער נאָר, אָדער פּונקט אַזוֹיל
איבעריק איז וועגן דעם זיך צו פאַרקלערן,
טרעט איך אויף די שטערן און זע קלאָר:
אויבן בלינצלען אָנגעגליטע שטיינער,
מישן דורך זיך פאָרשטעלונג מיט װאָר --
שטערן-שטיין מיט שטיין-שטערן אין איינעם..,
וווּ איז דאָ דער הימל, װוּ די ערר?
ווער פון זיי יז װאָר, װער איבערקרימונג,
אויב ס'איז מעגלעך, מע דערזען זאָל אַלץ פאַרקערט,
ווען סע צינדט די בלוטן אֶן אַ שטימונג?
ביג איך אײן זיך, רײַס אַרױס אַ שטערן פונעם ברוק,
וויל אים װאַרפן אין די אויבנדיסע שטיינער.
טוט מײן האַנט מיט װידערשפּעניקײט אַ צוס.
ס'איז אַ זינד מיט שטערן צו פאַרשטיינען..
שפּרײַז איך וװײַטער איבער שטערן אויף דער ערד,
טו אויף שטיינער פונעם הימל זיך פאַרקוקן.
זייער מעגלעך, אַז איך זע איצט אַלץ פּאַרקערט;
כיטרעט אָבער דערפּאַר אויף ביידע ברוקן.
ווילנע, אַפּריל 1963
פּואַניסומאָ
הערסטו ניט, וי ס'זינגט די שטילקייט?
ווייסטו ניט דאָס ריינסטע זינגען.
פול מיט ברכה זײַנען טענער
װאָס מיט רולקייט באַצװינגען.
ווויל דעם קול, װאָס פײַנט האָט שרײען
און האָט ליב דאָס קוים-קוים װאָרקען!
זײַן באַהאַרצטע דממה דקה
אויפרײסן די האַרטסטע װאָר קען...
ווילנע, יוני 1970
99 -
100
,א11...
און ווער װעט ענטפערן פאַר אָט דעם שלעכטס,
װאָס איך געטאָן האָב ניט אומיסטן?
און ווער װועט מיר דערװוײזן, אַז אַ קרעכץ
קאָן זײַן אַן אויסקווף פאַר מײַן טעות װויסטן?
און,.. און... און... --
דער אוביקער חשבון-הנפש מאָנט,
און ס'ווערן נטע ווייטיקדיקע אמתן געפונען.
און נאָך אַ מאָל, און ווידער אַ מאָל: און..
אַזש ביז צום סאַמע לעבנס האָריזאָנט
וי קילאָמעטער-סלופּעס שטייען , און"עך...
ווילנע, יוני 1962
די שפּיל אין ניס
--- אום צי גראָדד? אום צי גראָר?
שאַץ, באַשײד --- אַנטפּלעק דעם סוד.
-- אום!.. נו עפן אױף די פױיסט --
דאָס פּאַרהוילענע אַנטבלױז!
--- ניין, ניט אום ! ס'איז דווקא ג ר אַ ד.
אַלע ניס פאַרבלײבן מײַנע,
--- ווידער דײַנע;? ווידער דײַנע?
--- קוס אויף מיר ניט אַזױ קרום!
ג ר אַ ד איז חשובער פון אום.
אום איז אומרו, אום איז אומעט,
יעדער אום דעם עלנט-מום האָט --
ס'איז דער איינס דאָך נאָר איין העלפט,
װאָס אַ צווייטע העלפט אים העלפט.
אום בלײַבט רק אוױף גאָטס באַראָט,
און אין ג ר אַ ד, אינעם ג ר אָד
שטעקט די גרויסע צוייבונד-גנאָר,
ווילנע, יוני 1969
101
נאָטור
איך צי אַרײַן אין זיך דעם ריח פון אַ בלום
און ס'דוכט זיך מיר, כ'ווער פול מיט אירע גלונְקע קאָלירן.
מײַן איטלעך גליד, װי עס װאָלט זײַן א האַרץ, נעמט שפּירן
דעם פּלוצעם מער װי שטענדיק העל געװאָרענעם אַרום,
ווער האָט עס אױיסגעטראַכט, אַז ס'איז איין לעבן פאַרן צווייטן
טויב און שטום?
ווער לאָזט זיך פון דער ענגער אָפּגעזונדערטקײט פאַרפירן,
אַהינטער יעדן טראָט זײַנעם פֿאַרקלאַפּן טירן,
אַנשטאָט פון צווייטנס שלמות, קװעלן פון זײַן מום?
איך צי אַרײַן אין זיך דעם ריח פון אַ בלום
און לאָז זיך פון געבלי -- דעם לעבנס װאָרסטער שיינקייט == פירן,
דאָס בלוט אין אַלע מײַנע אָדערן שרײַט: ,קום!".
,קום !" רופּן די געדאַנקען אין די אויפגערודערטע געהירן,
,קום גיין אַזוֹי, דו זאָלסט דעם וועג דעם אַלגעמײנעם ניט פאַרלירן,
דער וועג, װאָס איז פּאַר איין מענטש גלײַך, איז קרום !".
ווילנע, פּעברואַר 1948
102/
קאַרנשניט
שניטערס שנײדן קאָרן,
קאָסע זינגט א לוד:
, תּבואה איז געװאָרן
צײַטיק פאַרן שניט".
פולע זאַנגען פאַלן,
גרייט צו ווערן ברויט.
לעבן ווערט פּאַרפּאַלן --
זאַנגען ליגן טויט.
פון דעם טויט װועט שפּעטער
אויפקומען אַ ברויט
און פֿאַרטוײבן װועט ער
מורא פאַרן טויט.
בלוֶען װעלן לעבן,
זאַטקײױט און די פרויד;
קאָסע און דאָס לעבן
גייען זאַלבעצװײט,
שניטערס שנײדן קאָרן,
קאָסע זינגט א לוד:
, טויט וװוערט אויך געבאָרן,
זײַן געבורט איז שניט,
ער װעט אָבער שטאַרבן
לעבן קומט נאָך טויט,
עדות זײַנען גאַרבן
װאָס זיי ווערן ברויט !",
קאָוונע, 1935
103
104
צו א ווינט אין קוימען
יעדן וויינענדיקן מעגלעך איז צו זען;
דיך מע זעט ניט, דאָך מע הערט געויין,
זײַענדיק נאָך, ביסט שוין אַ געווען,
פ אַ ר דײַן אָנקום פײפט שוין דײַן פאַרגײן.
ווער ביסטו, װאָס אײַלסטו און װוּהין?
ענטפערסט, דאָך דעם ענטפער טראָגט אַװעק,
זעסט זיך ניט, װײַל דו ביסט שרעקלעך דין,
שרעקלעך דין דו שפּינסט א דינע שרעק..
ווילנע, מיי 1957
געשינכטע
וויפל אמתן ליגן צעטראָטן
אויף איין פּלאַטע פון אַ גרויען טראָטואַר יי
וויפל האָפענונגען מיינען אַז זיי האָבן פליגל,
פֿאַלן זיי אַראָפּ דערפאַר ל...
וויפל זונען האָבן ניט דערװאַרעמט,
װײַל מע טיזיך באַהאַלטן, טאָמער שלאָגט אַרױס אַ שוויוס ל...
וויפל ליגנס קענען זיך פאַרטײען אין איין שאָטן
מעג ער זײַן אַן אַרבעסל די גרווס ל...
ווילנע, נאָוועמבער 1963
105
106
צִ
אויב דו װעסט אַרױסלאָזן דאָס פייגעלע פון שטײַגל,
װעט ניט הייסן, ס'איז דאָס שטײגל פּוסט,
ס'וועט די פרטהייט צוזעצן זיך ערגעץ אויף אַ צװומגל
און זי אָטעמען װעט אין דײַן ברוסט,
זאָל דאָס טירל -- אויפגעריסן --- אויפן ווינט זיך וויגן.
ריגל איז אַ מערדעריש געצײג! |
און געזאַנג, װאָס קומט פון אַ געפענקעניש, איז ליגן,
אָן אַ װוערט איז פאַרביקייט אין שטײג.
ווילנע, מאַרץ 1964
פרייד און אומעט
--- צי איז טאַקע די פריילעכקייט אַ גליק,
די אומעטיקייט -- אומגלוס?
-- ניין-ניין! זיי בוידע זײַנען דיר באַשערט,
און איטלעכע פון זיי איז גוט,
און יעדערע פון זיי איז שלעכט,
אויב דו --- צו איר, ניט זי צו דיר געהערט,
ווילנע, אױיגוסט 1957
107
108
צּ
זאָגסט, פאַרטרײַבן כיזאָל מײַן אומעט?
איז ער דאָך דער פאָן פאַר פרייד,
און צו װאָס בכּלל גאָר טרײַבן
דאָס װאָס סײ וי סט פאַרגײט;?
אינעם פּלאָנטער פון געמיטער,
אויף דער לויפבאַנד פון דער צײַט
ווערן אָן װידעראַנאַנדן
זייער ערשטיקן באַטײַט,
און צוויי שפּירונגען די עקסטע
ליגן אויפן זעלבן קרײז,
פּונקט אַזױי וי ס'זײַנען װאַסער
סײַ די פּאַרע, סנ דאָס אײַז,
יפו, יולי 1978
צִּ
די אָן-אַ-סיבהדיקע פרויד
געפּלאַטערט האָט אַרום מײַן קאָפּ
און ניט געװאָלט, און ניט געװאָלט
אויף אים זיך זעצן,
און װי געקענט האָט אַנדערש זײַךן
אויב מיר אַלױן געווען איז קלאָר,
אַז כיבין פאַר איר צו כמורנע?!
האָב איך אַרױסגעװאָרפן פון מײַן האַרץ דעם חשד,
וי ס'װאַרפט א פווגל-מאַמע פון איר נעסט אַרױס
דוי עופעלעך, װאָס זי האָט אויסגעבריט
פון צוגעװואָרפענע קוקאַווקע-אויער,
איז מײַן געמיט געװאָרן אַזױ גרינג,
אַז ס'האָט זיך וי אַ פּוכעלע אַ הייב געטאָן
און צו דער פריוד אַרויפגעשטוגן...
ווילנע, נאָוועמבער 1963
109
צִּ
װאָס טוט מען מיט די פרייד-שעהען, אַז זיי אַנטלױפן
און דאָס דערמאָנען זיך אין זיי באַטײַט בטלנות?
דאָס בענקען פירט אַװעק אין וועלט פון זאַבאָבאָנעס
און צווינגט, מע זאָל זיך אין א טרייפן גלויבן טויפן.
נאָר איז דען שולדיק דער ניט-גלײיביקער משומד
אַז ס'האָט די פרייד אים אַזו אומגערעכט פאַרראַטן
און צווישן פינגער פון זײַן האַנט, װי צװישן קראַטן,
ער זעט די שײַן, װי נאָטן-ליניעס פֿאַר זײַן אומעט,
װאָס טוט מען מיט דוי פרייד-שעהען, אַז זיי אַנטרונען,
און קעגן דעם אוז ניט פאַראַן קיין מינדסטע תּרופה?
צי דאַרפן מיר די סיבה זוכן אין זיך גופא
און ממש גליקלעך זײַן װאָס מיר זי ניט געפינען?
תל-אָביב, אָקטאָבער 1980
10
, אַנטפּלעקונג"
אַװודאי, אַװודאי, אַװודאו
איז ועדער אַװודאי אַן אַגב,
דער ריס בלבט אויך אונטער דער לאַטע,
ער ווערט א דאַנק איר נאָך מער תּקיף.
ניטאָג איז, ניטאָ איז, ניטאָ איז
קיין אמת װאָס זאָל ניט גענאַרן.
מיר זײַנען די ריטערס פון טעות,
און האַלטן, מיר זײַנען בונטאַרן...
אַוודאי, אַוודאו, אוודאו
קען זײַן, אַז ס'איז אלץ נאָר בראַוואדע. :
ווילנע, יוני 1967
112
צִּ
און ווען ס'װאָלטן זײַן טאַקע גאָלדענע בערג,
צי װאָלטן זיי זײַן דעמאָלט גאָלדענע בערג?
| זי װאָלטן געווען דאָך געוויינלעך אַזױי,
וי גרינקייט פון גראָזן, װי הימלישער בלוו,
איז װאָס איז פון זוכבן אַ זעלטענע זאַך,
אויב שרעקן זיך דאַרף מען, ניט זײַן ס'זאָל אַ סך,
אויב דאָס װאָס האָט אווסגעזען אָקערשט נאָך קנאַפּ,
ווערט צו פיל, װוי באַלד עס ווערט מער פון אַ קאפ ל...
געטרוימט האָבן דורות פון גאָלדענע בערג,
געשיכטעס פון גאַָלדענע רעגנס געהערט,
געשעצט נאָר די שפע, געשפּעט פונעם קוים ;
געװאָרן דער טרוים אוז זײַן אויגענער צוים..
נאָר מיר זײַנען פּריקרע די גאָלדענע בערג.
דאָס גאָלדענע פעדעמל האָב איך באַמערקט --
דאָס אָדערל דינע װאָס אָנזען פאַרדינט,
נאָר דווקא דערפאַר װאָס עס איז אַזוי דין
און דווקא דערפאַר װאָס עס אומגעזען קרוכט --
וי בטל, פּאַרלוירן אין האַמעטנעם שיבט...
ווען עמעצן אמתע פרייד איך פֿאַרגין,
איך ווינטש אים: דאָס פעדרעמל דינסטע געפון!
ווילנע, יוני 1960
דער פאַרצווייפלטער
גלויבן מײַנער -- גלויבן
און אַ גאָט װאָס אויבן
און דעם מענטש װאָס אונטן, --
שטאָט מיך צו באַטויבן
טוסטו גאָר באַרױבן,
רייצן מײַנע װוגדן...
בלײיב איך אָן אמונה,
וועלק וי אַן עגונה
עלנט און פאַרלאָזן,
צי דורך אַ שפּאַרונע
פון דער װועלט -- מײַן קונע
טעג װאָס זײַנען חצותן,
תּליאָביב, אווגוסט 1980
114
צום גלײַכגילטיקן
ס'האָט דער גלײַכגילט, וי אַ פּלאַכטע,
דײַן נשמה אײַנגעהילט,
און געװאָרן ביסט אַזעלכער
װאָס ניט פרייר, ניט אומעט פילט.
ערגעץ איז געפּלאָסן לעבן,
האָט געבושעוועט באַגער,
ערגעץ האָט געהילכט געלעכטער,
האָט געגלאַנצט אַ וואוש-טרער,
בלויז דײַן האַרץ, אַן אָפּגעזונדערטס,
האָט געקלאַפּט, וי אָן א זײַט,
וי ס'װאָלט ניט געהאַט קיין שײַכות
ניט צו װועלט און ניט צו צײַט,
האָסט דערפילט אין דײַנע גלידער
שלאָפטרונק פליסט, זעצט אָפּ זיך בלנו,
און דאָס אַלץ װאָס דו דערװאַרט האָסט,
איז פאַר דיר שוין לאַנג פאַרבנ..,
אָ, די גלוווער-הילע --- גלײַכגילט
דײַן נשמה האָט פאַרקלעמט,
וויי, דער קיטל פון אָפּאַטיע
איז אַ משוגעים-העמד !
ווילנע, מאַרץ 1969
ווילן
מיט זוילן פון שטאָל שטײַגסט אויף שטאַפּלען-מאַגנעטן
און טראַכסט ניט בלַם גורל פאַרגרינגערונג בעטן,
דו קלעטערן גאַרסט און דו האַלטסט, אַז דו מוזסט עס
(װאָס גרעסער דער שטער איז, אַלץ שטאַרקער דער גלוסט איז),
ואָ-ואָ, ביסט גערעכט, װאָס לויגסט אײַן אַזױ וועלטן,
פאַרעקשנטע שװאַכלינגען גילטן פאַר העלדן,
און לידנגאַנג אוז ניט די צרה די גרעסטע,
און שװועריקייט איז ניט פאַר טוונג דער מעסטער,
מיט זוילן פון שטאָל און אויף שטאַפּלען-מאַגנעטן
אוז זיכער, דאָך שווער דאָס אַרויפיקע טרעטן:
איין טראַטעלע בלויז ביסט אַרויף-צו געגאַנגען,
שוין כאַפּט עס דײַן פוס אָן, ציט צו וי מיט צװאַנגען.
נאָר דו, בעל-רצון, דו גיסט זיך ניט אונטער,
דו זעסט אינעם שטטגן א שפּרײַזן צו װונדער;
א פוס נאָך אַ פוס טוסטו הייבן און הייבן,
דער ווילן פֿאַרדונט, אַז מע זאָל אין אים גלויבן..
מיט זוילן פון שטאָל און אויף שטאַפּלען-מאַגנעטן
ניט שייך איז פאַלן, דעם שאַרבן זיך פּלעטן,
און זיכער דער וועג איז צום שפּיץ צו דערלאַנגען
װאָס העלפט עס, אַז תּמיד איז איין פוס געפאַנגען?...
ווילנע, יוני 1971
15
געוויסן
צעטראָטן כ'האָב אַ טרער אין גאַס,
װאָלט איך אויף איר כאָטש אויסגעגליטשט זיך,
װאָלט איך געטראַכט : כ'בין שוין באַשטראַפט...
איז אָבער -- ניין,
מיט אַ פֿאַרהוזעריקטן סקריפּ
עס האָט מײַן זויל אַ ריב געטאָן ---
צעשמירט, פאַרװישט און -- אויס!.
איז גי אוך איצט מיט שווערע קני.
כיפּרוּװו טרייסטן זיך : |
אַ טרער איז דורכזענק, באַמערקט מען ניט...
נאָר באַלד פאַרשעם איך זיך ;
וי זאָג איך גאָר אַזױנס?
אַ טרער איז דורבזעוק
בלויז פאַר אַזעלכן װאָס זײַן האַרץ איז מוטנע,
יפו, אַפּריל 1979
צִּ
הער שוין אויף זיך יתומען,
ווייקן זיך אין טרערן.
פּונקט וי לאַנג זיך חתנען
דאַרף עס פּריקרע ווערן.
ס'איז פאַר אַלץ פאַראַן אַ מאָס,
אַלץ זינקט אין פאַרגעסונג.
וי אַ װײַן טרינקסט דײַן פאַרדראָס,
און ער איז גאָר עסיק.
זפו, סעפטעמבער 1979
118
איך בעט דוך...
איך בעט דיך: וויין ניט, וויין ניט, וויין ניט!
דער אַלטער ויי איז מער קיין וויי ניט,
דער נײַער גלײַכגילט איז דאָך ערגער --
ער איז א קאַלטבלוטיקער ווערגער,
איר בעט דיך : קרעכץ ניט, קרעכץ ניט, קרעכץ ניט!
דאָס אַלטע שלעכטס איז נאָך קיין שלעכטס ניט.
דעם גלײַכגילטס הענט פון אײַז און אײזן,
זיי קענען ערגערס נאָך באַװזן..
איך בעט דיך: קלאָג ניט, קלאָג ניט, קלאָג ניט!
דאָס האַרץ מיט טרערן-האָגל שלאָג ניט.
פאַרטרײַב דעם גלײכגילטס גרויע קרירה,
צעזעץ דײַן שװאַרצע וואוש-לירע !
ווילנע, מײַי 1988
דער אומגליקלעכער
האָט דער אומגליקלעכער
פּלוצעם אַ שמייכל געטאָן
און זיך פאַרשעמט :
, גאָר צופרידנקייט ל"...
,בררר !" -- האָט ער מיט ווידערגעפיל
דאָס אומבאַרעכטיקטע שמייבעלע
פון זײַן פּנים אַראָפּנעשטופּט -- -- ==
און ס'איז צום ערשטן מאָל
געװאָרן אים גרינגער!
תּליאביב, יולי 1980
119
איז עס אמת...
איז עס אמת, אַז דער אמת |
װאַקסט, וי אַלץ װאָס דאַרף זיך מערן:
אנגעקלעמט און האַרטער שאַלעכבץ
שטעקט דער זיסער ווייכער קערן,
און ער ליגט, װאַרט אויף דער פּלאַץ-שעה,
ווען זײַן תּפיסה װועט זיך שפּאַלטן,
ער זאָל װי א רײפע פּרי
אינעם זאַמלקױש אַ פאַל טאָן?
איז עס אמת, אַז דער אמת
איז אַן אויסנעמיקער קערן,
און װי שטאַרק ער זאָל ניט רײַף זײַן
דאַרף ער אַלץ נאָך רײַפער וערן,
דאַרף ער שטענדיק רק באַװעַזן:
ער איז מער, װי ער געווען איז?
איז עס אמת, אַז דער אמת
איז נאָך קיין מאָל ניט דער אמת?
ווילנע, יוני 1966
120
פּוסטקײט
פון אַלע פּוסטקײטן, װאָס אויף דער ועלט,
דאָס ערגסטע זײַנען פּוסטע טעג,
ווען אַלץ, װאָס האָט געזאָלט זײַן, פעלט
און אַלץ, װאָס קומען קאָן, איז שוין אַװעק;
ווען לעבן וי אַ שאָלעכץ דאַרט
פון אַלע ואָדערס אויסגעהוילט,
ווען דאָס, װאָס קימערט, אויך ניט אַרט,
און פאַר אַיעדער נײַקייט גרוילט..
אָ, ווייטיק האַרטער, מיט דײַן שפּינענשטאָך,
אָ, בענקשאַפט ווייכע, מיט דײַן פּיאַװקענאָג,
קומט פּײַניקן --- לויזט אויס פון בראָך,
פון גרעסטן בראָך: דעם פּוסטן טאָג!.
ווילנע, מאַרץ 1957
121
122
בראַנד
מיר דוכט, דער רויך איז ניט צופרירן מיטן פלאַם,
אַניט, פאַר װאָס אַנטליפט ער?
און נאָך װוּהין? |
פאַרגיין, פֿאַרשװינדן -- ווערן אויס!
נאָר אויך דער פּלאַם איז ניט צופרידן מיטן רויך,
ער כּעסט זיך :
וי קאָן עס זײַן, ס'זאָל פון זײַן ליכטיקויט
אַזאַ א שװאַרצקײט שפּאַרן?
דער פּלאַם איז ניט צופרידן,
דער רויך איז ניט צופרידן,
טאָ װער זשע איז צופרידן?
דאָס האָלץל
ווילנע, אָפּריל 1966
ענלעבקליט...
טיגער און זעברע געשטריפטע
(אַזױ װוי מיט רימענס פאַרשטטפטע),
די זעלביקע קרײַזן, די זעלביקע פּאַסן
צו אײַער פאַרשיידענעם לעבנסדאָרשט פּאַסן.
זעברע און טיגער אין שטרײַפן,
די זעלביקע גאַרטלען פאַרשטטפן
אײַך ביידן פון לאַפּע, פון טלא ביז צום רוקן,
דאָך איינער ס'העלפט ראַטעװען זיך,
און דעם אַנדערן העלפט עס פאַרצוקן.
קאַפּריזיקע וװעלט, װאָס דו ליב האָסט היפּוכים,
אָ, לאַכטטו אונדז אויס, ווען מיר ענלעכקייט זובן...
ווילנע, מאַרץ 1971
123
קיבערנעטיק
פרייט דער מענטש זיך,
אַז זײַן װערק טוט דאָס, װאָס ער.
פרייט דער מענטש זיך,
אַז ער איז ניט מער קיין אויסנעם --
ס'לויפט א שטאָל-באַשעפעניש אַהין-אַהער,
װוי עס װאָלט אַלײן זײַן עפּעס אויסן,
און דער מענטש קוועלט אֶן:
, מעשׂה-בראשית אויפגעטאָן"...
,ניט קוין שפּילכל מער, ניט קוין געצטג,
ניט קיין כּלי, נאָר אַן אַרצענער בר-דעת וי
פילט דער מענטש זײַן געטלעכן באַטײַט:
לעבנס ער באַשאַפט פונעם מעטאַלן-כאַאָס !
געַסט איז חשבון.
רעכענונג און שטאָל
די זעלבע קראַפט, װאָס מאַרך און פלייש באַזיצן,
טוּונג, אויפטו שטעקן אין דער צאָל,
און בײַם שטאָל-באַשעפעניש דו לאָמפּ-אייגעלעך בליצן --
עס פאַרטראַכט זיך, פאָרשט און מעסט,
רעכנט איבער און שטעלט פעסט
װאָס עס איז פון יעדן פּרוּוו געװאָרן,
און באַהאַלט עס אינעם אײזערנעם זכּרון..
קוועלט דער מענטש: זײַן װערק עס רײַפט --
אַלץ דערגייט עס, אַלץ באַגרײפט,
אַלצדינג מאַכט עס, אַלץ פאַרשטייט.
אָ, ווען עס נאָך קענען זאָל אויך פילן פרייד...
ווילנע, מאַרץ 1963
124
לאָמיר..,
לאָמיר דורכלייגן א וועג
צווישן נאִינטע הערצער,
אױיסמײדן די חשדים-שלעק --
װיסטן הון-און-הער-צער,
לאָמיר אויסנעמען א תּנאַו
בײַם קאַפּריזניק צופאַל,
אַז ער װעט אונדז זײַן געטרני --
דינען (דאָך ניט צו פיל).
לאָמיר אַלע טאָמערן
רײַסן און צעפליקן,
און מיט נײַע לאָמירן
זיך כּסדר קוויסן!.
ווילנע, דעצעמבער 1968
125
חדיגדוא
אַ ציגעלע -- חד-גדוא,
אַ צאַרטס און װײַס וי קרײַד,
דאָס שטערנדל אָן הערנער,
דאָס בערדעלע פון זײַד...
איר אויסגיין זאָלט מדינות
און זוכן טאָג און נאַכט,
װעט איר דאָך ניט געפינען
אַזאַ אָ העלע פּראַכט !
דער טאַטע האָט געקויפט עס
אין מאַרק פאַר גילרנס צוויי --
אַ ליכטיקע מציאה
װאָס מעקעט אויפן חיי...
אַװעק עס איז אַ שחיטה!
און פרעגט: פֿאַר ווען? פֿאַר װאָסל?
א נפש ואָס געװוּסט האָט
נאָר קרטעכצער און גראָז
געװאָרן איז דער אָנהייב,
נאָך וועלכן ס'איז אַװעס
אַ קייט פון װילדסטן אױיסראָט,
אַ טשאַטע אומקומטעג:
דער קאָטער האָט געפרעסן,
דאָס פײַער האָט געברענט,
דאָס װאַסער האָט פאַרטרונקען,
דער שוחט האָט פֿאַרלענדט,
126
דער מלאך-המוות גופא
איז אויך אַרײַן אין קאָן
(ניט יענעם בלויז געהאָלפן,
אַליין האָט ער געטאָן..)
פון װאַנעט אַזאַ רוגזה?
אַזױ פיל האָס און גאַל?
א ציגעלע, צעטרויבערטס
פון קאָטער לעבן שטאַל,
צי ווייסטו, אַז דער מבול
פון רישעות און פון בויזס,
װוּ דו ביסט נאָר דער קרבן
גאָר אויף דײַן נאָמען הייסט;..
דאָך ציגעלע -- חד-גדוא,
הער אויס זשע דעם באַשײד:
פאַר יעטווידן מחבל
א װויסטער סוף איז גרויט,
מעג זײַן ער שטאַרק, דער קטלן,
ער טאומקומען אַלץ איינס!
ואָ, קרבנדל חד-גדיא --.
ליב נפשל, דו שוינס,
ווילנע, מאַרץ 1957
127
דער שיכּורער
דער שיכּורער, װאָס אונעם רונשטאָק לוגט, געפֿינט אין אַלץ אַזױ פיל חן.
ער גלעט דאָס מיסט און טוליעט זיך צום שטיין.
ער קוקט התפּעלותדיק אויף זײַן אַראָפּגעפאַלענעם צעקנייטשטן הוט,
און ס'איז אים גוט -- אַזױ אַ גוט,
אַז ס'ווערט אַזש שלעכט פון גוטס:
,אַ-אָ! -- דער שטיין איז האַרט, דאָס מיסט איז שמוץ,
און אָט די אומפאַרשעמטע גלײַכגילטיקע פּלאַש,
װאָס האָט זי זיך פּאַרשטעקט אין טאַש,
אַז ס'זעט זיך בלויז איר העלדזעלע אַרױס ל.,."
ער דרייט זיך אויס,
וויל זי אַ פּאַק טאָן, דאָך --- אומזיסט !
פיל נעענטער, פיל גרינגער צו דערגרייכן איז דאָס מיסט,
איז פאַלט די האַנט און זינקט אין מיסט אַרײן,
הייבט אָן אים עדערן פאַראיבל-פּײַן:
,אַ-וויי, אַ-וויי, אין אַלעם זיך גענאַרט,
דאָס מיסט -- צו ווייך, דער שטיין --- צו האַרט,
דאָס האַרץ -- צו פול, די פּלאַש --- צו פּוסט,
אַ װילנלאָזיקײט צוימט אײַן די לוסט;
ס'איז אַלץ פּאַרקערט און ניט אין מאָס,
די טרייסט און גיפט -- אין זעלבן כּוס...
פּאַר װאָס פאַר װאָס לאָזט פון דער פרייד זיך אויס פאַרדראָס
און פון אַ שײטער-הויפן בלײַבט אַ הויפן אַש;" -- -- --
דער ענטפער טיזיך באַהאַלטן אין דער פּוסטער פּלאַש...
ווילנע, אַפּריל 1960
128
די טרעפערקע
בײַ אַן אַלטן דעמב אין גאָרטן
אַ ציגײַנערקע װאַרפט קאָרטן --
טאַשט, טאַשט איבער און לייגט אויס:
, וועגן... אַ קאַזיאָנע הויז...
צי א קאָרט! צי נאָך אַ קאָרט !
זע נאָר, װוי עס וװוויל זיך פּאָרט...
זי, קראַסאַװטשיק מײַנער, וויסן :
ס'גייט אַ בריוו פון מלכּה צלם --
וועסט נאָך גוטע נעכט געניסן,
װועסט נאָך העלע מאָרגנס ציילן...
יאָ, דו האָסט טאַקע אויך שׂונאים
וועלכע זוכן רק דײַן רעה,
און פאַרשװאַרצן דיר דאָס פּנים
זייער פרייד איז און הנאה..
הווב אַראָפּ און נעם א קאָרט.
היט זיך פאַר דער געלער באָרד!
ס'גיוען טעג, סע מאַכט א װאַרע
פאָרן בייזסט דער מלך קאַראָ.
צווייטל, צענטל און אַ פּוער;
אָדלערל, איך דיך באַדױער,
אָבער כ'מוז דעם אמת זאָגן:
ס'קומט אַ טאָג װאָס זאָל ניט טאָגן,
ס'קלעפּט דאָס בויזס צום מלך פּיק --
אומגליק טרײבט פוז דיר דאָס גלוס !",
קעגן זון עס טוט אַ פינקל
ספּאַלשע גאָלד פון אויעררינגל,,,
ווילנע, ואַנואַר 1957
129
דער בלינדער
זעדן מאָרגן הויבט דער בלינדער אויף זיך פון געלעגער
און ער זאָגט צו זיך אַלין:
,עס איז שוין טאָג",
יעדן מאָרגן טאַפּט ער מיט די פינגער אָן דאָס ליכט,
נעמט זײַן שטעקן און פּאַװאָלינקע, מיט א געהיטן טראָט
איבער טרעפּ און טראַָטואָרן אומזיכער ער קריבט,
גאָסן שטייען אָנגעטרונקענע מיט זון,
שויבן שפּיגלען אִפּ אַ גינגאָלדענעם פלעק,
שלײַכט דער בלינדער אַ פאַרגאָסענער מיט זון,
און דער שטעקן גייט פאָרויס און װײַזט אים אָן דעם וועג.
גייט דער בלינדער אום אין גאַס און טראַכט : , אַ שיינער טאָג,
מיט אַיעדן גליד מע פילט: עס איז דער הימל רייךן".
און ער הערט זיך צו צום שטעקנס אומרווקן שלאָג
אויפן האַרטן גלײַכגילטוקן לאַװוע-שטיין. |
פּלוצעם שפּירט דער בלונדער, אַז אַ רעגן-טראָפּן פּאַלט
אוֹיף זײַן שטערן, אויף זײַן שטעקן, אויף זײַן האַנט;
שעמט ער זיך, װאָס ער האָט זיך גענאַרט,
און בלײַבט שטיין דעם רעגן איבערװאַרטן בײַ אַ װאַנט,
שטייט דער בלינדער בײַ דער װאַנט און װאַרט, און װאַרט, און װאַרט,
און עס האַלט גאָר ניט בט דעם סע זאָל אַ רעגן גיין,
כאַפּט ער זיך, אַז ער האָט ווידער זיך גענאַרט,
און ער לאָזט זיך אַ פֿאַרשעמטער גיין אַהים,
,װוּ אַ רעגן? -- קלערט ער, -- סיקומט גאר אָן אַ שיינע נאַבט,
סימוז דער הימל זײַן איצט אויסגעלײַטערט-ריין",
און דער שטעקן גייט פּאָרויס -- אַ װאַרע מאַכט,
און א רעגן נעמט שוין אוף אַן אמת גײין.
קאָװונע, 1938
130
דער דענקמאָל
מײַן ברודער מענטש, געקומען כ'בין צו דיר פון שטיין
איך האָב זיך אויסגעשיילט פון פעלדז-מאַסוון.
אויב ס'איז דײַן גרויסקייט אינעם קענען גיון.
איז מ װַנע -- אונעם קענען שטיין.
אָן אויפהער שטיין --
שטיין ס ת ם אַ זוי און שטין ב כּיוון
פֿאַרשטײ די גרויסקייט פון דער זאַך: |
ווען אַלצדינג ענדערט זיך, ווען אַלץ מוז זיך באַװעגן,
שטייט איינער אומאויפהערלעך אויף דער וװאַך.
עס גייט די זון, עס פּאַלט אַ שניי, עס גיסט א רעגן
עס װאַקסן קינדער אין די וועגעלעך אין סקווער,
ס'צעבלוען זיך און ס'וועלקן קווייטן,
נאָר איינער איז פאַראַן, װאָס ע ר
וי פון דער זײַט שטײט אַלע ענדערונגען צו באַגליטן 4
יאָ, דאָס בין איך -- דער מאַן, געטעסעטער פון שטיין, .
גראַניט --- מײַן מאַרך, מײַן האַרץ, מײַן בלוט און אָטעם;
יאָ, דאָס בין איך -- דער איינציקער, װאָס ווייסט ניט פון פאַרגיין,
װאָס אױיסגעוויילט דער גורל האָט אים
נאָר דערפאַר,
װאָס העכער פונעם פלויש עס זײַנען שטײנגעװועבן!
נאָר איך, דער שטיינערנער, קען זײַן דעם לעבנס האַר,
דער מאַן פון פלייש געבוירן איז צו זײַן אַ קנעכט פון לעבן..
און אונטן --- אים צופוסנס, אינעם סקווער,
װוּ לעבעדיקע קווייט איז ווערטיקער פון פעלדז |און אנַזן,
א יונגעלע די מוטער זײַנע פרעגט:
, ער איז ער, מאַמעשי, אָט דער + א פעטער אויף צו פּלײַסן לָ".
ריגע-דובולטי, סעפּטעמער 1956
131
132
געלט
שלאָפט דער מידער קאַטערינשטשיק,
הערט אין שלאָף זײַן אויגן כראָפּען {
דוכט זיך אים,
עס איז דער ניגון פון זײַן קאַטערונקע --
איר געפּאָנפע, איר געגרילץ !
רק דאָס אייגענע פאַרראָסטע
סקריפּען פון מעטאַל-געדערעם,
ס'קראַצט דאָס כאָרכלדיקע לירל --
שיפּעט, צישעט, פײַפט און כראָפּעט,
מאַכט פון שלאָף אַ צווייטע װאָר:
הינטער די פֿאַרמאַכטע ולֶעס
שיטן אָן זיך בערג מטבעות,
און ער קוקט און קוקט.,. און מאָדנע,
מאָדנע װי סע אַרט אים ניט!
און דער קאַסטן סאָפּעט-בראָפּעט,
קוויטשעט, פּאַרסקעט און פאַרקײַכט זיך,
און סע שיט זיך פון די פענצטער,
און עס פאַלט פון אַלע גאָרנס
געלט אויף געלט, אויף געלט, אויף געלט...
הייבט זיך אויף דער קאַטערינשטשיק
(ס'הייסט, אין חלום הייבט ער אויף זיך)
און א גרינגער װי א יונגל
לויפט ער צו צו די מטבעות,
פאָכעט אײַן דעם פוס דעם רעכטן
און צעבריקעט, און צעבריקעט
זיי אויף אַלע זיבן זײַטן..
ווערט אים לײַטערנדיק פריילעך,
װאָס עס קימערט ניט דאָס געלט אים,
און ער פּאָכעט מיטן פוס אום
ברייטער, אומפּעטיקער, שטאַרקער
ביז עס רײַסט אים אויף פון שלאָף..
קוקט ער אום זיך, טוט א שטאַרער
מיט דער האַנט אַ מאַך פאַרדראָסלעך --
שלאָגט זי אֶפּ זיך אין זײַן װעסטל;
ס'שטעקט אין קעשענע אַ גראָשן.
נעמט ער אים אַרױס פּאַמעלעך
מיט צוויי אומזיכערע פינגער,
און די ליפּן מורמלען גאַליק :
, אָ, דו זוימען פון מײַן חלום --
אָנשיקעניש אויף מײַן װאָר !"..,
ווילנע, אָקסטאָבער 1967
133
בײַם עץיהדעת
רײַס אָפּ, חווהניו, אַן עפּל און געניס,
קיין שום פּרי אוז ניט וי די פרוכט פון עץ-הדעת זיס !
פּאָלג, רײַס אָפּ, נאָך איידער אִדם קומט אַהער.
קענסט אים דאָך, דעם ניט געטרויענדיקן בער..
דו ביסט פלינקער, דו ביסט גרינגער, דו געטרויסט.
אַזא אומרויקע נײַגעריקייט אין דיר ברויזט!
ביסט אַ שיינע, חווה. אַלץ אין דיר איז װוויל,
צאַרטער שמייכל כװאַליעט זיך אַרום דײַן מויל...
סאַראַ אויגן! סאַראַ היפטן! סאַראַ בריסט!
אין גן-עדן דאָס גן-עדנדיקסטע ביסטן.
און דו, נאַרעלע, אַן עפּל גאָר ניט נעמסט.
מיט דײַן שעמען זיך דײַן שיינקויט דו פאַרשעמסט..
אָ, ווענד אֶפּ פון מיר דײַן בליצנדיקן בליק !
זי
כ'קען ניט איבערטראָגן אַזאַ אָנגעפלייץ פון גלוק,
זאָג מיר, חווהניו, װי איז מען דאָס אַזױ א שיין?
וי פּאַרמאָגט עס גאָר איין מענטש אַזױ פיל חן?
הערשט אויף דיר אַזױנער װאָס אים פעלט אַ ריפּ
(ניט אומזיסט איז ער אַזױ פֿאַרצאָגט און טריב).
ער -- אַ כמורנער, שטענדיק ברוגזער בעל-מום,
דו -- אַ לאַכערקע, א העלע וי די זון.
134
גלייב מיר, זוניקע, מיר איז אויף דיר אַ צער,
װאָס געצװוּנגען ביסט צו האָבן איבער זיך אַ האַר.
דו ביסט װערט סע זאָל דײַן לעבן זײַן אין דטנע הענט --
אַלץ אין דיר, און נ אָ ר אין דיר, זאָל זײַן געווענדט,
חווה-מוטערל, כּל-זמן עס איז נאָך צײַט, געווין
וויסנגליק פאַר דײַנע קומענדיקע זין:
פאָל צום עפּל צו, טו ראַפּטעם אים אַ ריס
און מיט זשעדנע תּאווהדיקע ציין פון אים געניס.
ס'איז די זיסטע עצה. טראַכט ניט לאַנג
(ס'רעדט צו דיר ניט אבי ווער דאָך, ס'רעדט די שלאַנג!).
גיכער, חווה, שרעק זיך ניט אַזױ פֿאַר גאָט!
אטל זיך אונטער -- בײַס אַרײַן זיך אין פאַרבאָט.
ווייס, אַז ניט פאַר זיך אַלין דעם עפּל בײַסטן
דו אויך אָדמען פונעם פאַרװער באַפּרײַסט.
ער וויל הערשןל זאָל געשען עס, וי ער וויל,
אָבער זאָל איבער זײַן הערשעווען געװעלטיקן דײַן שפּיל..
װועסט שוין טרעפן וי צו דרייען זיר, סע זײַן זאָל גוט
(עפּעס פיל איך, אין דײַן לײַב פליסט שלאַנגיש בלוט,
און ס'קען זײַן דערפּאַר ביסטו מיר אַזױ ליב..)
אָ, װי ס'פּאַסט די רויטקייט פונעם עפּל צו דײַן לופּ!
135
136
חווה-חווהניו, װוי זעסטו עס ניט אײן,
אַז עס איז אַצינד ניט וי ס'באַדאַרף צו זײַן?
ביסט פון אָדמס זײַט, און האַלטסט זיך בטי זײַן זײַט
(דאַכט זיך נאָענטסטע, און איינס פון צוויוטן װײַט...),
דו אַ שלאַנג ביסט, ער -- אַ שװערלײביקער אָקס,
װאָס זשע שװײַגסטו, חווהשי, און גאָרנישט זאָגסט?
טו אַ נישטער אין דײַן ליכטיקן געדאַנס!
ווער דאַרף פירן: ער -- דער אָקס, צי דו -- די שלאַנג?
שיין פון דיר, װאָס דו אַזױ באַשײײידן שװײַגסט!
אָבער, וויי ! --- דײַן שויס דעם אייגענעם דו לײגסט,
ווען ביסט מסכּים, סזאָלן פאַר דײַן יורש-דור
טויזנטער , מע טאָר ניט !* זײַן אויף איין , מע טאָר".
דו די מאַמע זײַן וװועסט, גרייט זשע צו אַ וועלט,
װוּ סע זאָל דערלויבט זײַן אַלץ װאָס עס געפעלט.
דאַרפסט און מוזסט, גן-עדן-הערשערין, פֿאַרשטײן:
ניט אין עפּל גייט עס, ניט אין אים אַלײן!
ס'גייט אין דעם, סע זאָל דײַן גאַרנדיקער צאָן
האָבן דרויסטקויט א צולהכעיס אָפּצוטאָן,
רינען זאָל דײַן שפּײַעכץ איבערן פארבאט
(מעג מען שרײַען, ער געבאָטן איז פון גאָט..),
זאָגסט, איך װאַרף זיך און איך פּױיזע, און איך קריך?
אָבער װאָס מיר ליב איז, וויקל איך אַרום מיט זיך!
און אַזױ דאַרף מען, גן-עדן-שיינהייט, זײַן.
זע, ס'זאָל אַלץ אין דײַן באַהערש-רשות אַרמִן!
וועט אין עפּל זיך אַרײַנבײַסן דײַן צאָן,
וועסטו האָבן מענטשלעך-געטלעכס אויפגעטאָן.
פאַרגעדענק װאָס דיר פאַרטרויט די קלוגע שלאַנג:
דאָס ניט-פּאָלגן איז דער אֶנהייב פון פאַרשטאַנד.
ווילנע, אָקטאָבער 1969
137
דאָס פישעלע, דאָס גאָלדענע -- די צײַט
צִ
גרויסער אומעט אין דער דינער הילע פרייד,
װאָס איך טראָג דיך וי אַ פרומער יִד אַ ספר-תּורה,
דרינג ניט פון מײַן פאָרכטיקײט, אַז איך בין גרייט
מוסר-נפש זײַן זיך מחמת מורא !
אויך ווען כ'טו אַלץ ריכטיק, כ'בין מיט זיך ניט גאַנץ,
און איך קען ניט מײַן צופרידנקייט פאַרטראָגן.
ס'איז דאָך אָפּגלאַנץ נאָר -- דאָט װאָס כינעם אויף וי גלאַנץ,
און דאָס זײַן צופרידן װערט מגולגל אין א נאָגן..
דזשונגליש אוז דער מענטשלעכער טעותים-װאַלר,
װאָס א טראָט -- אַ בלוטדאָרשטיקע חיה-רעה!
פרייען מיר זיך ווען עס אונדז באַפאַלט
די צערטלעכע פאַרשלינגשלאַנג חיי-שעה,
יפו, אױגוסט 1979
138
צִּ
פון מײַן שווט גז לייען װאָס איך טראַכט!
ס'קען מחשבה זיך באַגײן אָן ווערטער-הילעס. -
װאָרט צו אָפּט פּאַרקלײינלעכט און פאַרפּלאַכט
דעם נשמה-ציטער אָנגעמאָסטענעם פאַר תּפילות.. -
עכט געבעט פאַרלײַדט ניט שפּראַך-לבוש,
מענה-לשון שטשעמעט די געפילן, |
סיפרומע שעפּטשען איז װי דער לבנהס קאַלטער קוש
אויף א בלינדנס טרויערפולע שװאַרצע ברילן,
אָ, פאַר װאָס קומט אויס אונדז אַזױ אָפט צו בלײבן נאַר,
ווען מיר פירן זיך, װי ס'ציט אונדז זיך צו פירן?
מעגלעך, צו פיל צער מיר נעמען זיך פון יעדן צער,
שוידערן פון אימה פּאַנישער פאַר אַ פאַרלירן.
תל-אָביב, אַפּריל 1980
139
לעבן
איין מאָל געפונען און צוויי מאָל פאַרלאָרן;
און דאָס געפינס איז ניט בטל געװאָרן
װער קען דען ויסן דעם גאַנג פונעם צופאַל?
ווער מעג אים טרײַבן און ווער טאָר אים רופן?
אַלצדינג אין לעבן מיט עפּעס זיך קויטלט,
זוימען -- נאָך פּרות, און פּרות -- נאָך קווייטן,
ווער פון זיי ציל איז און ווער איז בלויז מיטל?
ווו איז דער אָנהייב, דער סוף און דער מיטן;..
איין מאָל געפונען און צען מאָל פאַרלאָרן,
און דאָס געפינס איז מער װאָר נאָך געװאָרן
וי קומט אַזאַ װוּנדער ? וי קען גאַר געשען עס,
אַן אמת א ליגנער זאָל נערן דעם אמת,
און סזאָלן די הונדערטער, הונדערטער ענדן
ניט קענען אַן איינציקן אָנהייב פּאַרלענדן ל...
איין מאָל געפונען, כּסדר פאַרלאָרן;
טויזנטער סופן קומט בײַ איין געבאָרן
ווילנע, מײַ 1960
140
אויב ס'וועט אַ מאָל...
און וי װעט זײַן, אויב ס'וועט אַ מאָל נאָך אויסקומען
צו בענקען נאָכן טאָג,
װאָס הײַנט סע זעט מיר אויס, ער אוז א גרוער?
און אין זכּרון אויפגיין װעט א בילד
װאָס שמידט דאָס אנקרייטיקע האַרץ
אין ענגע ברוענדיקע רייפן טרויער?
צי וועט אין יענער צײַט חרטהס שאַרפער צער
ביכולת זײַן אַראָפּשינדן די זינד,
װאָס כ'האָב אַ טאָג אזא צו שעצן ניט באַנומען,
װאָס כ'האָב פאַרזען א בלוענדיקן הײַנט,
פאַררײַסנדיק אַ נאַריש אויג
רק נאָר צו דעם, װאָס װעט ערשט קומען;..
און דאַרפן האָט מען גאָר געדאַרפט
ניט ווענדן אַלץ דעם בליק פאַרויס,
נאָר קוויקן זיר דערמיט, װאָס ס'איז פאַראַנען,
װײַל וויי, אויב סע וועט מוזן זײַן
און יענער פֿאַרסכהכּלונג-שעה א טרווסט
דער תּירוץ אומבאַהאַלפענער: , כ'האָב ניט פאַרשטאַנען!"..
ווילנע, מײי 1957
141
דאָס פוישעלע, דאָס גאָלדענע --- דוי צויט..,
אַזױ פיל מאָל האָב איך געזאָגט: ,עס איז נאָך צײַט, איך װעל באַװלזן",
נאָך מערער מאָל געשרונען: , כיאײַל זיך, ס'איז ניטאָ קיין צײט!ָ".
געװוּסט האָב איך, זי לערנט מיך, זי העלפט פאַרריכטן גרײזן,
געװוּסט, זי איבעראַנדערשט אַלץ, אויך זי אַליין זיך בײַט,
דאָך ווער איז זי אַזאַ די צײַט? - -- --
געפּרוּווט כ'האָב מיטן אויג, געפּרוּווט מיטן געהער,
מיט אַלע מײַנע חושים, וי מיט נעצן אומגעגאַנגען
געװאָרן זײַנען זיי באַלאָדן -- פול און שווער,
נאָר דאָס געגאַרטע פישעלע זיגעבלובן ניט געפאַנגען
דאָס פישעלע דאָס גאָלדענע -- די צײַט., |
איז מילא, זאָל שוין זײַן, ס'איז פאַנגען ניט באַשערט
(דאָס לעבן גייט זײַן גאַנג, אויך ווען ס'איז ניט פּאַרשטענדלעך);
נאָר אָט גאָר מיט אַ מאָל: דאָס גלײַכע ווערט פאַרקערט --
אי גללַך און אי פּאַרקערט, װי אַלץ װאָס איז אומענדלעך,
און ס'איז ניט מער די צײַט אַ פישעלע פון גאָלד,
זי איז שוין גאָר דער ים, און אינעם ים טוט שוימען
אַ פּלאָטקעלע אַ פּראָסטס, מיט פלאַמפּאַרב ניט באַמאָלט,
פון פישעלע דעם גאָלדענעם -- קיין סימן..
און ווידער קלינגט מײַן שטים װאָס זאָגט: , איך האָב נאָך צטט",
און ווידער הילכט מײַן שטים װאָס שרײַט: , איך האָב קיין צײַט ניט וי
אַזױ אַ אומפאַרשעמט װידעראַנאַנדן כ'בײַט,
און כ'בײט זיי װיסנדיק, אַז כ'ווייס זייער באַטײַט ניט.
פאַראַן זײַנען אַ ים, אַ פישעלע פון גאָלר, --
עס מישן זיך צונויף דאָס לעשן זיך און סיגלוען.
142
וי יעדערן װאָס לעבט, האָט מיר אויך זיך פּאַרװאָלט
פון גרויסן פאַרבלאָזיקן ס'קליינע פאַרביקע אַרױסצוצנעןי.
צי איז עס מענטשלעך קליין, צי איז עס מענטשלעך גרױיס, :- *-
צי ביידעס גאָר, װי ס'טרעפט בײַ אונדזערע פאַרלאַנגען?
פון טיפן ימען-גרוי אַ גאָלדפיש כ'צו אַרױס -- יט
אין אומענד פון דער צײַט א שאַפונג-שעה געפאַנגען..
ווילנע, פעברואַר 1959
143
צּ
יעדער שטראַל פילט, אַז אים ווערגט
דאָס פינצטערניש װאָס ער האָט דורכגעשטאָכן.
אָבער אונדז פּאַלט גאָר ניט אײַן,
אַז אויך די שײַן קען נייטיקן זיך אין רחמנות...
גייען אום מיר מיט דערהויבנסטע פאַרלאַנגען,
בלוטיקן דעם וויי פון זונפּאַרגאַנגען
און באַנעמען ניט, אַז יעדער זוכער מוז אויך בלאַנדזשען...
גרויסער גאָט,
ציו האַלטסטו ניט, אַז זיך אַלײן באַעװלסט,
בעת דו קריוודעסט די װאָס האָסט אין דײַן געשטאַלט באַשאַפן,
און מיט שטרענגקייט באַלעבאָסיק האַרבער
קאַטעװעסט אונדז מיט דײַן קנוט געפלאַָכטענעם פון לאַוון?
שווער איז אונדז, די מענטשעלעך די קלוונע,
װאָס מיר ייחוסן זיך : , אין כּאלוהינו".
יפו, מאַרץ 1979
4
נאַקעטע צײַט
טוען שעהען אויס די יום-טובדיקע קליידער
און טוען אָן די װאָבעדיקע;
װאַרפן אָבער באַלד אויך זיי אַראָפּ
און בלײַבן מוטער נאַקעט,
פליסט דאָס לעבן, װוי געווען --
סע שײַנט די זוך,
סיפליט דורך א ווינט,
פון דעכער קאַפּעט.
איז אָבער דערווידערדיק
צו קוקן אויף א צײַט, װאָס איז אַנטבלױזט,
נעם איך רייצן זיך מיט איר, וי אין מײַן קינדהייט :
,ש-ע-ם זיך! קל-ע-ם זיך !
שעם זיך אין דײַן װײַטן האַלדז אַרטִין וי
ווערט זי בייז, טוט אומפאַרשעמט א ויג
די הוילע היפטן
און אַנטלױפט,,,
קומט צו גיין א בלינדער אַלטװאַרג-הענדלער,
עפנט אויף א דורכזענקן זאַק,
שטאָפּט אַהין אַרײַן, װי קאָדער,
אי דו יום-טובדיקע, אי די װאָכעדיקע
קלוידער פון דער צײַט,
װאַרפט אַרויף עס אויפן אַקסל און פאַרשװוינדט,,,
בלײַב איך שטיין פאַרלוירן, אומבאַהאָלפן און צעחושט,
טאַפּ מיט פינגער אומצוטרוינטע
די שלויפן, דופק, ברוסט -- -- --
גװאַאַאַלד! -- ער האָט געגנבעט מײַן נשמה!
ווילנע, מאַרץ 1970
145
16
צום אמת
זאָג מיר, ווי זאָל איך דיך זוכן?
זאָג מיר, וווּ זאָל איך דיך זוכן?
כאָטש איך ווייס : דער װאָס דיך זוכט,
טעגלעך נײַעם צער פאַרזוכט.., |
אָ, װי גוט איז דיך צו טרעפן,
און -- מסוכּן דיך צו טרעפן!
ווער דיך איין מאָל ערגעץ טרעפט,
בלײַבט שוין דײַן פּאַרבענקטער קנעכט...
ווילנע, פעברואַר 1964
אמ...
מיינסטו, אַז ס'איז אַלץ אַזוול.
האָסטו שוין א טעות!
װײַס ווערט גרוי און שװאַרץ ווערט גרו,
און קיין גרוי ניטאָ אוזןי..
סאַראַ װערט האָט דער באַגער, --
אויב ס'איז אַלץ נאָר פּשרה?
סנ דער שמייכל, סײַ די טרער
זײנען בוידע קלאָרע,
אָ, דער טעות קריכט אַרײן
אין אַיעדן אמת.
איובוק, מיונט ער, װעט ער זײַף
אויב ער שוין געווען איז,
װײַס ווערט גרוי און שװאַרץ ווערט גרוי
און קיין גרוי ניטאָ אין.
זאָג מיר, אמת, וי אַזו
הויזסטו מיטן טעות?
ווילנע, פעברואַר 1964
117
148
יצר-טוב
מורמלט מיר אַרײַן אין אויער מײַן בטחון :
,אַלע ביוזע בריאות פון דער וועלט פּונקט שלאָפן,
װאַר סע זײַנען נאָר די גוטע.
טוען זיי בלויז גוטס. אויך דו טו!"
גיב איך זיך א ריס אַראָפּ פון מײַן געלעגער,
און מוט האַרטער אײַנגעשפּאַרטקײט פון אַ יעגער,
אַ צעכראַסטעטער איך לאָז זיך לויפן
און א היציקן געיעג נאָך מעשׂים-טובים..
אלל איך װי דער ערשטער שטראַל פונעם פּרימאָרגן,
זוך, װוּ מײַן געיעגפאַנג ליגט פאַרבאָרגן;
גרויט כ'בין דורכצולוופן אומצאָליקע מײַלן,
אויסצושיסן מײַנע גוטהאַרציקײט-פײַלן..
כ'שפּיר : איר מוז, איך מוז זיך צו מײַן פאַנג דערקלײבן,
א מײַן האַרץ --- מײַן פײַלנטאַש, זאָלסט נאָר ניט ליידיק בלניבן!
ווילנע, יוני 1966
באַרימערלי
ווען די זון זאָל דאַרפן זיך באַרימען,
ווען די זון זאָל וועלן זיך באַרימען,
װאָס זשע װאָלט זי דעמאַלט זאָגן?
װאָלט זי זאָגן, אַז זי האָט דעם באַרג דערװואַרעמט?
װאָלט זי זאָגן, אַז זי האָט דעם ים דערװאַרעמט?
ס'הייסט, זי זאָגן װאָלט, זי האָט זיך אָפּגעקילט...
וויל אָבער די זון זיך ניט באַרימען,
פּריקרע איז דער זון זיך צו באַרימען,
בלײַבט זי לויכטנדיק און היציק וי געװוען..
ווילנע, נאָװועמבער 1963
149
150
אַ באַנק אין גאָרטן
אַ דלת און אַ יוד.
נאָך יעדן אות -- אַ פּינטל,
צוויי נעמען טײַטשן זיי,
און יעדער נאָמען איז אַ מענטש,
די באַנק האַלב-אײנגעזונקען אין דער ערד.
עס האָט די צײַט איר ברעט צערונצלט,
דער דלת און דער יוד קוקן אַרױס..
ווער זײַנען זיי'? ---
ווער איז דער דלת, ער -- דער יודל
וווּ לעבן זי און ווי-- באַזונדער צי אין איינעם?
וי מאָדנע איז, ווען אויך די ליבע האָט,
פּונקט װוי דער טויט, אַן אָנדענק-ברעטל..,
ווילנע, יולי 1963
אויס...
דו מיסט זיך זי פאַרגעסן
װי אַ געפעלשטע טרער.
דאָס וויסן: , ס'איז דערעסן"
פּאַרמיאוסט דעם באַגער,
ס'איז פּריקרע דיר געװאָרן
צו זען זי בײַ דײַן זײַט,
כאָטש זשאַלעװעסט די יאָרן,
דו טרײַבסט פון זיך די צײַט,
דו מיסט זיך זי פאַרגעסן,
נאָר ס'איז שוין ניט באַשערט,
די שותּפישע מעת-לעתן --
וי שווערע גליבעס ערד..
ווילנע, אױיגוסט 1957
151
152
אײַנדרוק
הערסט אַ מאָל בײַ נאַכט
עמעץ גייט פֿאַרבײ דײַן פענצטער,
און דיר קלינגען זײַנע טריט,
וי ער זײַן װאָלט שטאַרק פֿאַרביטערט
װאָס ער גייט, װוּהין ער גייט.
באַלד האָסטו עס שוין פאַרגעסן.
אָבער, װיי! ניטאָ קוין שלאָף..
ווילנע, אָקטאָבער 1963
בײַם פאַלשן וועג
פֿאַרזונקענע טריט אינעם זאַמד --
פּאַרװײיעט, פאַרװישט און פֿאַרשאָטן..
צו װאָס האָט געטויגט אַזאַ גאַנ,
װאָס די אייגענע טריט האָט פּאַרטראָטן?
עס האָבן גענאַרט זיך די פיס,
װאָס האָבן געלאָזן די סליאַדן.
סע שמאַרצט יעדע שפּור, װי א ביס
פון אַזאַ, װאָס איז גריוט צו פאַרראַטן.
ניטאָ די ניט-נייטיקע טריט,
די שפּורן --- פאַרװייעט מיט זאַמדן.
עס האָט נאָר איין זאַך זיך פּאַרהיט :
דער וייטיק פון שׂכל פאַרזאַמטן...
ווילנע, יוני 1966
153
154
גייט אַ מענטש און רעדט צו זיך אַליין
גייט אַ מענטש און רעדט צו זיך אַלױן,
ס'איז אַ טאָג, װי אַלע מאָל,
די גאַסן -- וי געוויינלעך.
גיוט אַ מענטש און רעדט צו זיך אַלײן,
קוקן נאָך אים די פאַרבײגײיערס
און שמויכבלען,
גיוט אַ מענטש און רעדט צו זיך אַלײן,
בװאַטעװעט זיך מיט אַן איבערװאַרטשען
רק דאָס זעלבע, רק דאָס זעלבע און דאָס זעלבע.
גיוט א מענטש און רעדט צו זיך אַלײן,
גייט אַ מענטש און רעדט צו זיך אַלױן ---
שיצט זיך מיט א מוטיקייט,
װאָס איז א דיונסט בײַם שװאַכן ווילן..
ווילנע, אָקטאָבער 1968
אָפּשיר
זאָג ניט, אַז דו וװועסט צו מיר שוין קיין מאָל מער ניט קומען
וועגן האָבן ליב צו טרײַבן שפּאַס!
אָפט האָסט זיך אין װײַטסטער װײַט פאַרנומען,
און סע האָט צוריקגעבראַכט דיך אין דײַן גאַס...-
וװוערטער, וועלכע מיינען זײַן אַ נדר,
נאַרן װי דעם אָקס דאָס רויטע טוך,
וויש אַראָפּ דעם שטויב פון דײַנע קלײידער,
דאָס, װאָס האָט דיר צוגעגעסן זיך, פאַרזוך...
ווילנע, יולו 1962
3
155
156
חשבון-הנפש
שטראָף מיך ניט, געדאַנק דערהויבענער,
הלמאַי מײַן ווילן שװאַכער איז פון שטאָל,
הלמאַי דו אַלע מאָל מוזסט גלייבן מיר
אַז אַ שטאַרקער כבין געווען אַ מאָל...
דאָך איך פּוץ זיך ניט אין בלאַנקע פעדערן --
כ'לאָז מײַן אויסזען זײַן אַזעלכער וי ער איז !
אויפריכטיק צו זײַן איז מעגלעך יעדערן,
עכט זײַן וויכטיקער איז, װוי צו זײַן א ריז,
ווילנע, מאַרץ 1957
די עלטער
מײַן ערשטע חברטע --
דאָס-רויטע-היטעלע גייט דורכן װאַלד,
און ס'גייט איר שאָטן נאָך
אַ פונעם װאָלף זי שיצנדיקער יעגער,
נאָר עס איז איבעריק --
דער בייזער װאָלף, ער איז שוין אַלט,
ער ליגט מיט אָפּגעטעמפּטע ציין
און דרעמלט אויף זײַן מאָך-געלעגער...
די באָבע װאַרט אין בעט
און אַ באַזאָרגטע טראַכט:
, ניטאָ דאָס-רויטע-היטעלע,
דער װאָלף ניטאָ...
װוּ זײַנען זיי עס ביידע ל"
כ'וויל זי באַרוקקן,
נאָר איידער נאָך א װאָרט איך זאָג,
סע לוופט דאָס-רויטע-היטעלע אַרלַן,
קוקט אָן מיך שטאַר,
שפּרינגט צו דער אַלטער צו:
,װער איז ער, באָבעני? װער אוז ער
דער א פרעמדער פרעמדער זיידע?"..
ווילנע, נאַוועמבער 1967
157
158
דער זיידע
צו ביסעלעך, צו ביסעלעך --
און ס'ווערט אַ פול-פול שיסעלע,
פאַרשטױסט, מײַן קינד, פאַרשטײסט?
בעת מע פאַרלאָזט דאָס וויגעלע,
בלײַבט עלנט ס'װײַסע ציגעלע.
בײַם אָנהייב --- שוין פאַרראַט !
אַ טראָטעלע, אַ טראָטעלע,
אויף וועגן אױיסגעטראַטענע
סע טרעפט, מע בלאָנדזשעט גאָר,
מען ענדערט זיך, מען ענדערט זיך,
אַ גרויל, װי מע פאַרענדערט זיך!
און װאָס געווען, מע בלײַבט.
דער הײַנטטאָג, די פאַרגאַנגענשאַפט,
דער יצר װאָס פֿאַרלאַנגען שאַפט
זיי בינדן אַלץ צונויף.
דאָס ייִנגל, דער דערװואַקסענער,
דער זקן בלייכער-װאַקסענער ---
אין זעלבן בענקשאַפּטקרײיז,
היט אָפּ, מײַן קינד, דײַן שטעגעלע,
פאַרגעס ניט קיין איין רגעלע,
אַז װועג מאַכט לוב די חיים.
צו ביסעלעך, צו ביסעלעך
עס פילט זיך אָן דאָס שיסעלע,
און פולקייט מ ו ז זײַן שווער..,
ווילנע, אָקטאָבער 1967
דער זקן
אָפּגעגלוסט די פאַר זײַן לעבן אים געשאַנקענע באַגערן,
זיצט וי אויסגעהוילט דער זקן,
בענקט נאָך זײַנע אױיסגעשטאַרבענע קאָפּריזן,
קעגן אים די שפּערלען שפּרינגען , קדוש",
ער נעמט אויף עס, גלײַך זיי װאָלטן
אויף זײַן האַרץ און מוח טואָפּקען
די סעקונדעס -- וי די שטוינדלעך
װאָס ער האָט אַ מאָל אין ים-אַרײַן געשלײַדערט --
פְלוֶען, פאַלן, שרעקן: אָט-אָט װעלן זיי זיך עקן..
האָט ער מורא פאַר זײַן טאָג דעם לעצטן
און איז ברוגז אויף זײַן טאָג דעם ערשטן:
, גאָט אין הימל,
האַמעװע די שײַן פון דײַן להכעוסדיק צעהעלטער זון וי
תּל-אָביב, ווני 1980
159
בר
צו
אַ בלוויע שויב איז אַ פאַרגלעזערט שטויסל נאַכט,
אַ גרויער מענטש איז אַ פֿאַרגאַנגען שטיקל וועלט.
עפנט אויף דער אַלטער מאַן דעם פענצטער,
טוט זיך אַ פאַרנײיג פאַר דער לבנה : , קום אַרלִין וי
אָ, צו װאָס דאָס עפּענען?
עס איז א שויב פאַר דער לבנה ניט קיין שטער,
פון צו לאַנג קענען עמעצן, ער ווערט איר פרעמר,
קוקט זי אָן דעם אַלטן מאַן דערשטוינט
און, װוי אַמאָל --- ווען ער אַ מיידל האָט געקושט, --
באַהאַלט זי זיך הונטער אַ װאָלקן...
ווילנע, מאַרץ 1968
160
א נאַמעןי.
ס'איז אױפּגעשװוּמען הײַנט אין מײַן געדעכעניש אַ נאָמען,
און כ'קאָן דעם מענטש זיך ניט דערמאָנען..
איך ווייס ניט װי סע קומט צו מיר אַזא געדאַנק,
נאָר עפּעס בין איך זיכער, אַז ער איז ניטאָ שוין לאַנג..,
ווער?
ווער -- ע ר?
כ'געדענק דאָך אים ניט מער,
טאָ ער זשע פעלט עס מיר;? ער פעלט?
ווער האָט עס מיט אַ בלינדער װאַנט פון יאָרן זיך פאַרשטעלטל..,
געבליבן פרײַ עס איז אין מײַן געדעכעניש א נאָמען.
אַ גװאַלד, ווען עמעצן איך צובינדן צו אים זאָל קאָנען,
ניט זײַן זאָל מער אַן אומבאַװוּסטער ווע ר פאַרלאָרן.
ניט זײַן קיין מערדער װאָלט מײַן שװאַך-געװאָרענער זכּרון,
ווילנע, מאַרץ 1964
181
פרײַנדשאפט
אַלטע פעדעם טאָר מען ניט צערײסן,
אויך ווען זיי צעקריכן זיך אַלײן,
וי ס'איז אמת, אַז געפילן זײַנען ניט פון אײזן,
אוז אויך אמת, אַז זיי זײַנען ניט פון שטיין..
מיט דער צײַט מוז אַלצדינג זיך צעדריבלען
(אַלץ װאָס איז געבוירן, איז באַשאַפּן, איז געמאַכט).
אַלע צווישנמענטשלעכע צופרידנקייטן און פּאַראיבלען ---
וי דער שטערנפאַל אין אַ סוף-זומער-נאַכט...
זע דעם נס װאָס איז באַשערט אַועדן,
װאָס מיט ליבשאַפּט גיריקער די פרײַנדשאַפט קלײַבט:
עס צעדריבלען זיך, ס'צעקריכן זיך די פעדעם,
און די צוגעבונדנקייט פאַרבלײַבט,
ווילנע, מאַרץ 1959
162
קוקנדיק אויפן זויגער
כאָטש די װוײזערס ווייסן גאָר ניט װאָס זיי טוען,
זאָגן זיי אונדז תּמיד װוּ מיר האַלטן,
און מיט זייער שטענדיקן ניט-רוען
שטיקלעך פון דער איביקויט פאַר אונדז זיי שפּאַלטן,
גייט זשע, דאַרע װײַזערלעך, דעם וועג װאָס אָן אַ סוף איז,
אויך להבאָ װועלן מיר לוט אײַער גאַנג זיך ריכטן.
שיט אונדז צײַט-רענדלעך און זשאַלעװעט ניט קיין הוספות,
מיר'ן װײַטער מאַכן פעלערן און זיי פאַרריכטן..,
תּל-אָביב, וולי 1980
163
דער זייגער
טראָטעלע נאָך טראָטעלע
קײַלעכיקער וועג,
גייערס עובר-בטלע
גייען ניט אַװעס:
דרייען זיך און דרויען זיך ---
| רונדער נע-ונד.
טרויער און דאָס פרויען זיך --
אויפן זעלבן בלאַט...
אָ, צו װאָס גענאַרן זיך :
זען װאָס סיאיז ניטאָ,
פון אַ לעבלעך שאַרן זיך
פּותר זײַן די שעה?
ציפערלעך פאַרשלאַפענע;
אומגלײַכע צוויי פיס
הינקען אויס, הַקָפּהנען
אווביקייטס קאַפּריז..,
יפו, אויגוסט 1975
164
ניט שוואכער פונעם פעלדז
ווונטש
דער קנאַל פון דונער
און דער קרעכץ פון פאַלנדיקן בוים
זײַנען דאָך ברידער,
נאָר זאָל בעסער דער ערשטער
זײַן דער קלאַנג פון מײַנע לודער!
ווילנע, מאַרץ 1964
צִ
און אַזױ געשעט מיר שטענדיק:
בעת די זון איז קלאָר און בלענדים,
גלייב איך ניט, אַז ס'קען זײַן נאַכט.
טראַכט איך עס אַזױי בנעימות
מחמת אומוויסן און תּמימות ?
ניין, --- כ'בון אין בטחונס מאַכט.
ווילנע, סעפּטעמבער 1965
165
16
דיכטערישער אמת
גרויס דאָס װאָרט איז, װאָס דערטראָגט
דײַטלעך דעם געדאַנק און שפּירונג,
גרעסער נאָך -- װאָס ניט דערזאָגט
און איז גורם טיפסטע רירונג..
ווילנע, אָקטאָבער 1957
קונסט
ס'איז פּונקט דאָס אייגענע,
די זעלבע װאָר;
ס'וויינט האַמערס שטאָל
וי סמיטשיקס האָר,
ווילנע, פּעברואַר 1957
געדאַנקען-פריינד
פון האַרץ צו האַרץ איז אָפּט מאָל אַ מהלך,
אַפּילו ווען מע גייט צוזאַמען -- זײַט בײ זײַט.
און צווישן אונדז עס ליגן הונדערטער מערידיאַנען,
און ס'איז ניט װנט..
ווילנע, יאַנואַר 1957
צִּ
-- זאָג מיר: ער האָט דיך געבוירן, גלאַנצנדיקע טרער?
וועלכע וונֶַע איז דײַן מאַמע, און דײַן טאַטע -- ווער?
-- ניט קיין װונִע טימיך געבוירן, ניט קיין אויג -- געהאַט,
אויף דער וועלט געבראַכט מיך האָבן בייזקייט און פאַרראַט!
ווילנע, יאַנואַר 1957
167
168
התפּעלות
קעלבעלע, װאָס שפּרינגסט אין פעלר,
דײַן התפּעלות מיר געפעלט,
אָבער אונדז -- דעם מענטשן-מין --
(כאָטש אונדז פרייט דער לאָנקעס-גרין)
אַסרן אונדזערע מעלות |
האָבן קעלבערנע התפּעלות..,
ווילנע, אױיגוסט 1969
אָפּטימיזם
אויסגעוויינט די לעצטע טרער,
מיינסטו, װועסט ניט וויינען מערל
וויל ניט מיינען,
וועסט ניט ויינען,
ס'קען דאָך דיר נאָך זײַן באַשערט,
אויג זאָל זײַן פון פרייד באַטרערט,
תּל-אָביב, אַפּריל 1980
צּ
דער גרויסער פ אַ רוואָס;,
װאָס באַװעגט דעם געדאַנק,
האָט פּלוצעם געפונען דעם ענטפער,.
איז געװאָרן אַלץ קלאָר,
זאַט און פויל דער פֿאַרשטאַנד,
און דער אמת לחלוטין ניט נע'נטער...
ווילנע, אױגוסט 1963
ענדערונגען
בלוי דאָס װאַסער, ווען ס'איז טיף,
שװואַרץ -- וועז שטורעם טוט א שטיף,
ראָז --- ווען ס'ברענט דער הימלזוים,
װײַס --- ווען עס געװועלטיקט שוים;
און נאָך אַלעם, אַלעם דעם --
אָנקאָליריק וי געווען...
ווילנע, דעצעמבער 1957
169
170
פרי-פרולינג
אין שפּיל פון אַלע לובטיקע קאַָלירטע חנען
דאָס ליבסטע איז : עס ווערט דער שניי שוין שװאַרץ!
עס צוויטשערן די פויגעלעך -- אָזעלבע קלוינע,
און ס'ענטפערט אַזאַ גרויסער עכאָ אִפּ אין האַרץ...
ווילנע, יאַנואַר 1957
קלאָרקייט
ליגט אויף לאָנקעס אַ טומאַן,
דאָךר דער וועטער זײַן װעט זוניק,
ס'ליגט אויף לאָנקעס אַ טומאַן,
ווײַל דער װעטער זײַן װעט זניק.
ווילנע, אָקטאָבער 1957
לעבן...
כיקוק אויף דער פליג און כ'טראַכט: |
צו װאָס אַזאַ אַ איבעריק באַשעפעניש אויף אונדזער ערד?
און ס'קלאָגט די שפּין װאָס אין איר פאַנגנעץ װאַכט:
, פּאַר װאָס זײַנען אַזױ א װוייניק פליגן מיר באַשערט *"
געוויס מעג יעדערער, וי אים באַקװעם איז, קלערן.
אָבער די פליג ? -- אויך זי האָט דאָך באַגערן?!
ווילנע, אַפּריל 1963
צִּ
װיל ער שרײען,
שװײַגט דער שללײען,
דאָך אים פּונקט אַזױי טוט ויי,
וי דעם מענטש בשעת געשרוו,
ווילנע, אָקטאָבער 1966
171
172
געוויטער
ס'האָט אַ זעץ געטאָן אַ דונער און צעשאָטן זיך -=.
שלאָגנדיק אַ צווייטן, אוױיסגעראָטן זיך,
כאָטש דער בליץ האָט עס פאַרויסגעזאָגט,
איז צו שפּעט געווען עס אוױיסגעזאָגט,
ניט דעם דונער מיין איך צו באַדױערן,
נאָר די חרובע פאַרקוילטע מויערן.
ווילנע, אָקטאָבער 1957
צּ
כּל-זמן סיפליט דער ווינט, איז ער אַ ווינט.
האַלט ער אָפּ זיך -- ער פּאַרשװינדט. .
פרעגסט : , װוּהין ?" אָן אַ צאָל זײַנען דעם ווינטס װוּהינען.
װאַרפּן פראַגעס אויפן װוינט האָט ניט קיין זינען!
ווילנע, פעברואר 1964
געוויינטשאַפט
עס רײַסט דאָס פערד זיך, בעת דאָס ערשטע מאָל מע שמידט עס --
די ראַשפֿײַל רייצט, אַ ווילדע שרעק באַפּאַלט.
נאָר שפּעטער, ווען עס איז א פערד װאָס שוין געניט אוז, --
דעם אַרט ניט מער... וויי-וויי, עס איז שוין אַלט !
ווילנע, מאַרץ 1958
הינטישקויט
מיט די ברידער אייגענע זיך רײסן-בײסן
און דערמיט נאָך װעלן זיך באַװײַזן --
שפּרינגען, מאָנען צערטלעניש דערפאַר..,
און פון וועמען? פון אַ פרעמדן --- פון אַ האַר !..
ווילנע, יאַנואַר 1957
173
174
ערב אנצינך
כאָטש די שוועבעלעך נאָך שלאָפן,
איז די האַנט אָבער שוין װאַך.
ס'װואַרט דאָס שאַכטעלע אַן אָפנס,
טרוקן ליגט די קופּע סכך..
ווילנע, פּעברואַר 1967
אין
וי זאָל מען אַזױנס פאַרשטײן:
אַ געטראַנק -- און איז וי שטיין?
אויב דער דאַרשטלעשער ווערט האַרט,
קאַלטן ברי פון אים דערװאַרט.
קומען װעט די זון אַ מאָל
און צעשמעלצן ואַסערשטאָל..,
ווילנע, אַפּריל 1963
פֿאַראַדאָקס
דער פעלדז איז שטאַרקער פונעם מענטש;
ער וייסט עס אָבער ניט,
און װײַל דער מענטש, ער ווייסט עס ואָ,
איז ער ניט שװאַכער פונעם פעלדז..
ווילנע, דעצעמבער 1957
צִ
זאָג ניט דעם שטיוין, אַז ער איז גרו,
ניט זאָג אים, ער איז האַרט,
אַן אַנדער אמת אים פאַרטרוױי:
דערצייל אים, ער איז שטאַרק,
ווילנע, יוני 1960
175
אַ רעטעניש
אויפן סאַמע שפּיץ פון באַרג שטייט א שטיבעלע אַ קליינס,
און דערב אין טאָל: אַ מויער -- גאָרנס זיבן,
ס'איז קוין פּראַגע ניט, נאָר כ'פרעג אַלץ אוינס:
ווער האָט העכער זיך דערקליבן?
ווילנע, דעצעמבער 1957
אָנמאַכפט
עס ברויזט אַזױ דער ים..
נאָר װאָס איז פון זײַן ברויזן,
אויב ס'לאַזט ניט װײַטער גיין
אַ דרעמלענדיקער ברעג ל...
ווילנע, אָקטאָבער 1957
176
דאָס פלאַטערל
איז דער וועג פון בלום צו בלום דען ניט קיין גלײַכער?
וי קאָן קורצדויער דערלויבן זיך זיגזאָגן?
ניין, דאָס שמאַלע שװואַרצע באַבעלע פֿאַרמאָגט ניט פליגל,
ס'טראָגט צוויי װײַסע פאָנעלעך צום יום-טוב פון געניסן...
ווילנע, וילי 1966
אָקסן...
ווער איז שטומפּיק?
ע ר, װאָס פילט פֿאַרוֹיס נאָר,
און ער לאָזט זיך פירן?
אָדער איך,
װאָס ווייס שוין,
זע עס צו און שווניג?
ווילנע, דעצעמבער 1966
177
178
װײַסער פערז
ווער דאַרף זיי, די גראַמען
װאָס פירן צוזאַמען
פאַרשיידענע וועלטן מיט ענלעכן קלאַנגל
אויב ס'איז אויך פֿאַראַנען
א כּוח אַזאַ מין,
װאָס אויך אִַ ן די גראַמען
קאָן שאַפן געזאַנג!
ווילנע, מאַרץ 1964
סענטומענטאַלקײט..,
די זיסע דערמאָנונג ---
דאָס קריגעלע האָניק
אַלץ מער ווערט פּאַרצוקערט,
װאָס עלטער עס ווערט.
די צונג נעמט עס קראַצן,
די שלונג נעמט עס ראַצן;
ס'ווערט שמאַרציק און פּריקרע,
ווען זיסקייט זיך מערט,
ווילנע, נאַוועמבער 1963
בײַ נאַכט בײַם שטורעמדיקן ים
די הויכע שווינדלענדיקע בערג, װאָס האָבן ניט קיין דױיער,
זיי שוימען וי צעװוילרעוועטע תּאווהדיקע אָגערס,
סע הודיעט א געװעט-שטרײַט צוישן יאָמער און באַדויער,
כאָטש ביידע זײַנען אין דער אמתן נוטאָ גאָר,
האַלוצינאַציע אויפגעווירענע בשעת סבּנה,
באַלד נימאס ווערן װעט דעם ווינט די אָפּגרונטן צו וויגן,
און די צעװוילדעװועטקייט װעט אַ גלאַטע בלײבן לוגן:
אַ סאַמעטן געלעגער פאַרן אויעררינג -- לבנה..
ס'איז יעדער אומבײט דאָ א װאָר געמישט מיט לוגן --
ווילנע, פעברואר 1967
179
אויפן ברעג ים
ציט די כװאַליעס צו דער שלווה פונעם ברעג,
אָדער זיי עס פונעם טיפעניש אַנטלויפן?
קרימט אַ מעווע שפּאָטיש איבער דאָס װאָס כ'פרעג..
שעפּ איך אין פּאַרלעגנהײט אָן שוים א הויפן,
קוק אויף דעם און כיזע: עס איז שוין אָן קאָליר,
און קיין סימן ניט פון אָקערשטיקן ברויזן..
וויי ווי צײטװײליק עס איז דעם װאַסערס װוײַסער שפּיצנציר!
וועמען, פרעגט זיך : מיך אָדער דעם ים דאַױף עס אַנטוישן?
ופן, יאַנואַר 1979
180
ביים װאַסערפאַל
ואָ, דאָס פליסן איז א גיין אַראָפּ,
און דאָס װאַסער ליב האָט דעם אַראָפּגאַנג.
אָבער לויפן אַ גאַלאָפּ,
קוילערן זיך פון אַן אָפּהאַנג
איז, אַ פּנים, אויך דעם זשװאַװון טײַך דערווידער.
נעמט ער רוישן,
נעמט ער ברויזן,
הלמאֵַי אים שלעפּט די נידער:
און דער מענטש שטייט, קוקט זיך צו,
און עס װואַקסט אין אום די רו.
ווילנע, יאַנואַר 1967
181
182
ס'רעגנט,..
ס'רעגנט..,
דאַרף דען ניט דער הימל וויינען,
בעת ער זעט וװאָס אונטער אים געשעט?
אָ, װי שטאַרק ער האָט זיך עס צעפּלװכעט!
קענטיק, אַז די װעלט איז גאָלע גאָלע בייזס..
איז דען רעכט, װאָס מע פאַרמאַכט די לאָדנס
און גאַרדינען, װאָס פּאַרשטעלן, מע פֿאַרציט?
טויג דען אַזאַ מײַדן און ניט צוזען,
אפשר הייבט זיך גאָר אַ צווייטער מבול אֶָןל..
תּליאָביב, אױגוסט 1980
גורל
אַלע טראָפּנס פונעם רעגן
ווילן פאַלן אויף א בייט,
און מע פאַלט נעבעך אויף וועגן,
װוּ דער שטויב זיך שפּרױט;
און אויך ווען ס'געלינגט צו פאַלן,
װוּ סע ווילט זיך זיי,
טרעפט, ס'איז צוויט אַראָפּגעפאַלן,
זיי אַלױן -- שוין שנול.,
ווילנע, מאַרץ 1964
183
184
נאָך אַלע דונערן
ווען דער אמת אוז א שטופקונד...
ווען דער אמת איז א שטיפקינד
און דער ליגן -- אַ בן-יקיר,
מוז נעבעך דער יושר ברענען
אויף אַ. שׂינאת-חינם-פּלאַקער.
מעגסטו טאָג און נאַכט אים לעשן,
דעם אַ ניבזהדיקן שײַטער,
אָט האָסטו זײַן פלאַס דערשטיקט שוין,
קערסט זיך אֶפּ -- ער פלאַקערט װײַטער...
פרײַע פייגל אין די הימלען,
ניט געבונדענע צו ועגן,
שרײַבט מיט פליגל אויס אַן ענטפער
אויף מײַן אומבאַהאָלפן פרעגן:
מוזן טאַקע אַלע דורות
שווערע שׂרפות איבערטראָגן,
און מיט שרעק פאַר נײַע בראַנדן
שלאָפּלאָזיק די נעכט זיך פּלאָגן?
ואָ, איך לייען, ב'לויען, כ'לווען
דאָס געשריפטס פון פלוגל פרײַע --
ווערטער טויזנט מאָל געהערטע
און צום טויזנטסטן מאָל נײַע:
כּל-זמן אמת אין א שטיפקינר,
און דער ליבלינג איז דער שקר,
מוז דער הײַנטטאָג זײַן אַ גזלן,
און דער עתיד זײַן א שרעקער.
ווילנע, דעצעמבער 1968
ערב אויפּשטאַנד אין געטאָ
כ'האָב פאַרלאָשן ליכט און קאַנעץ
און בי שװאַרץ-פאַרקױלטע קנויטן
שטיל געזעצט זיך אין דער פינצטער
וויינען אויף מיליאָנען טויטן.
אָרום זיך צונויפגעקליבן
אַלע שיבעות, װאָס געזעסן
זײַנען ייִדן נאָך פּאָגראָמען,
בלוט-בילבולים און עקסצעסן,
האָב איך אָנגעהויבן זינגען
טרויעריקן איכה-ניגון,
װאָס יאַרטױזנטער פון גלות
אויף זײַן מרה-שחורה דריקן...
קומען אויף פאַר מײַנע אויגן
גאַנצע קהילות טױיטע יידן,
װאָס די , זיג-הַל"ישע רוצחים
האָבן מאָנסטעריש פאַרשניטן,
געל װוי פּאַרמעט און פּאַרבלוטיקט
סטראשען זיי מיט שטײַפע פינגער:
,אָט א דאָס בײַ דיר הייסט טרויער?
יד'
הערט נאָר סאַראַ פריילעך זינגען!"..
185
וועב אַרײַן איך אין מײַן ניגון
יזכּור, תּהילים, קדיש-יתום ;{
ווערן פּנימער פון מתים
פול מיט צאָרן אָנגעגאָסן:
,אָ, פּאַרשאָלטענער, וואָ ס זינגסטו?
ס'איז ניט טרויער... שקר, ליגן!
ס'איז אַ זמרל, אַ פריילעכס,
ס'איז א שׂימחת-תורה-ניגון!"...
אין מײַן קאָפּ צינדט עפּעס אָן זיך,
אָדערן -- אין פּלאַם, װי קנויטן,
בכ'נעם א מעסער -- כ'וועל ניט קלאָגן,
כ'וועל גיין טייטן פאַר די טויטן!
אַלמאַיאַטאַ, מײַ 1943
16
אַ יידיש ליד
אָ, דער ווייטיק פון די זיידעס
פּײַניקט מײַן געמיט,
בלוט פון טויזנטער עקדות
גיסט זיך אין מײַן ליד,
גושז, בבל, מײַנץ, קאָרדאָװע,
קישענעוו, פּאָנאַר,..
פאַר די זעונגען פון נביא --
חורבן, בלוט און גזר,
איז אַ פרילינג-יום-טוב פּסח?
פרײיהייט זײַן באַטײַט?
ניין ! נאָך פון מײַן קינדהייט ווייס איך :
עס איז בילבול-צטט. |
אויף די מצות בלייכע, דאַרע --
אַ צו שווערע לאַסט!
ווער זאָגט: היטלער, המן, פּרעה?
תּ מיד עמעץ האַסט!
אין דער לאַנגער קויט פון דורות
שאַפן מיר רק נײַס:
אָט מיר גרייסן משהס תּורה,
אָט -- אויך בר-יוחאַיס,
187
אָט צעפלאַקערט זיך השכּלה,
חיבת-ציון קומט,
אויף די דלות-געסלעך שמאָלע
בריהט זיך דער בונד".
שטאַרקט זיך שיבת-ציון-גאולה,
שטאַרקט זיך שׂטנס האָס:
ברודנע הערצער, שיטות דולע
כאַווען משוגעת,
גראַגערט שׂינאהס קאַטערינקע :
בילבולט, , העפּ"ט, רויצט אָן
ווילדפליישט זיך אַרױס טרעבלונקע,
תּלין-גאַז -- ציקלאָן...
הויבן אָן די טענער וויינען
אין מײַן ייֵדיש ליד,
פּאַלן מעשׂה הרגע-שטיינער
אויף מײַן שווער געמוט...
ווילנע, דעצעמבער 1944
188
תּקיעה גדולה
שאַל די תּקיעה פונעם יושר,
הילכן זאָלן שטומע גאַסן.
זעסט דאָך: אויף די ציפערבלאַטן
איז דער זייגער באַלד שוין צוועלף,
כ'ווינטש דיר, ברודער, זײַן אַן עושר,
זאָל דײַן אוצר זײַן דאָס האַָטן --
אַלע אומברענגערס און קאַטן
זאָלסטו אױסראָטן וי וועלף !
אַז מע האָט שוין יאָ באַקומען
אויף אַ. װלַל אַ פּיצל לעבן,
װאָלט מען דאָך געוויס געקאָנט עס
דורכטראָגן אין רו און פרייד,
הוליען אָבער בויוזס און טומאה,
גילט, אַנשטאָט אַ גלעטן, ס'קעפּן
און אַ װועלט פּעטלירעס, גאָנטעס
שטענדיק איז צו שעכטן גרווט,.,
זעץ אין קעסלפּױיק פון אמת,
שאַל די לאַנגע יושר-תּקיעה,
זאָל ס'פאַרשלעפערטע געוויסן
אויפשטיין פון זײַן הינערפּלעט!
מענטש דאַרף זײַן אויף גאָט אַ רמז --
קום ניט אִפּ מיט שהי-פּהי,
ביז פאַנאַטישקײט פאַרביסן,
טרלב און טרב פון מענטש דעם שד!
ווילנע, דעצעמבער 1968
189
רעמיניסצענץ
און ביז הײַנט סע טרעפט נאָך, אַז די אַלטע ווונדן
עפּענען זיך װידער, וערן אָנגעצונדן,
דעם געדאַנק פּאַרקלעמען קרעמאַטאָריע-גרוילן,
ווילט זיך דער נשמה האַרצרײסנדיק הוילן..
אין אַזעלכע רגעס אַלע גלידער שפּירן,
אַז עס נעמט א שטורעם רײַסן די געחירן,
עפּעס עפנט אויף זיך, עפּעס ווערט פאַרצווגן --
האַקט זיך אָפּ די װאָר מיר, שליסן זיך די אויגן:
כיזע אַ גרוי װיסט געסל אין אַ יודן-שטעטל.
טויט די טראָטואָרן, ווער זאָל זי באַטרעטן?
פּלוצעם הער איך רעדער, ס'קומט אָן אַ לויה,
פּנימער --- פֿאַרקרימטע אין אַ ויי-העוויה..
איטלעכער באַגלײטער שטום פון צער און שרעק איז;
שטײַף-פּאַװאָליע טרעטן פערד אין שװאַרצע דעקעס --
אָפּשײַ פאַרן טויטן: נאָר ניט טאָן קיין טרייסל!
טרעטן זי פאַרגלוווערט --- גיענדיקע מתים...
פּלוצעם פליט אָן שטורעם, ס'ברעכט אויס א געוויטער,
שווערע דונערקנאַלן יאָגן נאָך די מיטה.
190
ווערן פערד דערשראָקן -- נעמען לויפן, יאָגן,
און די שװואַרצע פּלאַכטעס, װאָס אויף פערד און װאָגן,
הייבן זיך וי פלוגל, פּלאַטערן און פאָכן...
אָ, אין דער עגלה טזיך אַן אַקס צעבראָכן,
און א ראָד געפּלאַצט האָט, אוז אַראָפּגעפלױגן.
האָפּקעט זיך דער װאָגן אויף איין זײַט געבויגן,
און די פערד צעיושעט, טירופדיק זוך טראָגן,
און מלווים לויפן, קאַָנען ניט דערואָגן...
קאָנען ניט דעריאָגן -- -- --
כ'בלײַב אַלויך אין געסל, כ'טוליע צו מײַן שטערן
צו דעם סלופּ דעם קאַלטן פון אַ גאָס-לאַמטערן,
און איך הער : די װאָלקנס און די שטיינער שרײען
,הבל, װער אַ קַנִן פאַר דײַן ברודער קֵון!..".
אַלמאַ-אַָטא, 1943
11
192
, װואָר"..,
האַלבע נאַבט -- == ==
האַלבע נאַכט נאָך פיר יאָר חושך
עלנט שלעפּ איך זיך דורך געסלעך
װווּ געהערשט ס'האָט טרייפסטע שׂינאה
און געװעלטיקט ייִדנמאָרד,
האַלבע נאַכט. איך בין אַלין דאָ ---
איינער שטעל איך טריט אין חושך,
גנבעט עמעץ שטיל זוך אונטער,
לייגט זײַן האַנט צו צו מײַן רוקן
און, וי ס'פּאַסט פאַר אַ באַקאַנטן
װאָס איז אויסן איבערראַשן,
טוט ער מיך אַ שטופ פאָרויס,
שטעל איך אים זיך ניט אַנטקעגן,
נאָר פאַרקערט : אַ צוגעלאָזטער,
אונטערהאַלטנדיק זײַן שפּיצל,
טו איך זיך מיט אים א טראָג,
האָפּסל איך, און ער שטויסט אונטער,
בוידע -- קונדסדיק און הײַטער,
ביידע -- אויפגעלייגט-צופרידן
מיטן חברישן שפּאַס,
נאָר גענוג !
וי ס'איז דער שטייגער
בעת אַזעלכע וווילע שפּאַסן,
דאַרף מען אויסדרויען צום פרײַנד זיך,
אים אַרײַנקוקן אין פּנים
און צעלאַכן זיך מיט אים,,
טו איך ראַפּטעם אַ דריי אויס זיך,
װאָס ?... ---
עס אוז ניטאָ גאר קיינער?..
ווער זשע?
ווער זשע איז געװען עס?
קעגן מיר סע גליווערט ווילנע --
האַרינטע פון שענסטע קהילות,
גרעסטע יחסנטע זינט דורות,
נעסט פון לוטװאַקישן חריפות,
אָ, דער וועלט באַרימטער שולהויף
ליגט אַן אָנװואַלגער פֿון שטיינער,
איבער וועלבונגען און זײַלן,
װאָס אַנטבלױזט עס האָט דער חורבן,
שוועבט מיט אומפאַרשעמטן גלײַכגילט
אַ פאַרצינישטע לבנה -- -- ---
וויי אוז מיר, איך ווייס, איך וויוס שוין --
כ'ווייס שוין ווע ר דאָס אין געוועך..
ווילנע, 1944 --- גלײַך נאָך דער באַפרטונג
193
וום- כּיפּור-תּשל"ד-רעמיניסצענצן
אַפֿילן
ווען ס'װאָלט געווען ניט אַזאַ בלוטיקע די נעילהן,
װאַלט אויך געקלעקט ימים:נוראים-:שרעס = = =
נעם, נאַטעניז, דײַן שטראַפּנויקע האַנם פון אונדז אַװעק!
א
אויב ס'האָט דער מלאך טויזנט-אויגיקער באַקומען אַזאַ שליטה,
איז הײַנט די העלקייט פונעם טאָג געמיינסטע בגידה!
ווער קאָן געפינען טרויסט אין דו פּיוטים וואָס אין מחזור,
ווען שטאָט צו טראַכטן וועגן אָב-הרחמים, סע טראַכט זיך וועגן שׂונא-אַכזר ל...
א, גאָטענין,
ניט ברענג דערצו,
זאָלסט ווערן נאָך א מאָל אַ טאַטע װאָס באַקלאָגט די זין,
מאַך בטל דעם גזר-דין פון אַזאַ אומגערעכטן יום-הדין!
ב
סע לאָזט מיך ניט צו רו
די תפולה-זכּה פונעם , חיי אִָדם" ז"ל
(װאָס זײַן געביין האָט און דער טײַערער --
דאָך איצט פאַר אונדז ווילד פרעמדער -- ווילנע
געמוזט אַריבערװאַנדערן
פון איין בית-עלמין אין אַ צווייטן,
אויך נאָכן טויט, און אויך אַ צדיק
קען ניט האָבן רו,
דער יודן-גורל ווייסט ניט קיין רחמנות),
194
אָ, האַרבער יום-הדין,
נאָר קיין מאָל ביסטו ניט געווען אַזאַ א בלוטיקער וי הװואָר,
נאָך אוישוויץ, נאָך פּאַנאַר, נאָך אַקציעס",
װאָס אַזאַ סך פון זיי סע זײַנען אױיסגעפאַלן
דווקא אום יום-כּיפור,
געקומען ביסטו, הװיאָריקער יום-הדין,
מיט , שברים" פון די טאַנקען-קייטן
און , תּקיעה-גדולה"ס פון ראַקעטעס..
אָ, מגן-אָבוֹת,
ניט אָפּגעװענדט פון אונדז פּאָגראָמען אין די גלות-לענדער,
האָסטו געװאָלט דערלאָזן א פּאָגראָם אויף אונדז
אויך אינעם צוגעזאָגטן לאַנד?
אוך האַלט ניט, גאָט, אַז ס'קומט אונדז אַזאַ שטהאף.
אין װעלט פון חטא זײַנען פאַראַן
װאָס זײַנען אָן אַזן ערך זינדיקער פון אונדז,
צי אפשר האַלטסטו, אַז מיר דאַרפן זײַן די װװַסע הענער פאַר דער וועלט,
מיט וועלכע נידעריקסטע יושבי-חושך-וצלמות זאָלן כּפּרות שלאָגן?
זאָג, עורר-דין, װי האָסטו עס פאַרגעסן , כּי לכל העם בשגנח"?
על חטא שחטאנו לפניך
מיט ניט באַגײן קיין זינד !
יפו, תשרי תשל"ד (אין די טעג פון דער יום-כּיפּורימלחמה)
195
7
9
אינהאַלט
וועגן מחבר
אונדזער צײַט
אַנטפּלעק מיר, גאָט!
11
12
13
14
15
16
17
18
19
20
21
22
23
24
25
26
27
28
50
31
איך האָב קיין ברודער ניט..
צ זעלטן עפענען מיר אונדזערע
נשמות
צ נעם ניט מיט צער אױף
דײַן טעות
צ די קופּקעלעך אַש פון די טעג
אַנטפּלעק מיר, גאָט!
א שטראַליקע חלומות נאַשט מען
א אין אונדזער אומדערמידלעכן
געיעג נאָך פרייד
א פאַרלאַשענע צײַט כאַפּט זיך אֶָן
א מאָל ווידער
צ ס'פאַלן בלעטער, ס'פאַלן שטערן
מיר זײַנען מענטשן נאַרישע
שולדגעפיל (איך ספק רק צי
איך בין װוערט)
זינדיקייט
צו װאָס האָסטו באַדאַרפט
אַלײן זיך נאַרן?
סע טרעפט,.. (סע טרעפט דו
שרײַבסט אַ ליד)
צ כ'האָב אַזױ פיל לידער שױן
געשריבן
צ װען איך האָב דעם מינדסטן
טעות
צ װײַל פאַר יעדן גרײַז פאַראַן
עס איז אַ װײַל
אױיספאַרריכט כ'האָב מײַנע
גרײיַזן |
סך-הכּל (ווען װאָלסט קענען זײַן
אויף זיך אַ באַלעבאָס)
סוף-כּל-סוף... (איז דאָך קיין סוף
גאָר ניט פאַראַנען)
אין טיפער פוטערפאַָס פונעם זכּרון
'2
535
24
55
56
37
28
39
10
41
122
44
45
6
28
49
50
51
52
53
54
55
56
צ יעדערער פון אונדז קען זיך
דערמאַָנען
נאָך ביז צום טאָג דעם הײַנטיקן
פּלוצעם קומט צו מיר מײַן יוגנט..
האָב איך ניט פאַרגונען זיך
מײַן גוטע שטימונג...
ניט װי אַברהם אֲבִינוֹ..
א איך קום צו זיך צו גאַסט
איך -- קעגן זיך
אָנהייב (װי די פרייד װאָס פליט
אָן פליגל)
ץ אין מײַן קינדהייט פלעג איך
היטן
האַװעניש
איך און דו
גורל (כ'האָב געזוכט דיך אין
דער גאַנצער שטאָט)
עלעגיע (כ'האָב געהאַָפט דיך זען
מיט גרויע האָר)
ערגעץ שפּילט אַ פידל בײ דער
נאַכט |
דער קלאַװויר
טרייסט (װײַל עס איז א טרייסט
בנימצא)
אֶסור (אֶסור אויב איך ווייס
פאַר װאָס)
צ אוב אין טיפער פוטערפאַס
פון מײַן זכּרון
א דער מינדסטער געדאַנק האַלט,
אַז ער איז דער עיקר
צ ס'איז רעכט, ווען מע זאָל
אויף דער זון קוקן קאָנען
די זון, נעבעך...
מענטש קעגן דער זון
צװוישנצײַט
57
58
59
60
61
62
63
אַ זומער-אָװונט (שאַקלען די נאַס-
טורציעס מיט די קעפּלעך)
לבנה (פאַרגיב דער לבנח)
אַ לבנהינאַכט (בײַ דעם צעפאַ-
לענעם אויף שטיקער װײַטל)
לויב (פּיצלעך שטערן און לבנח)
שלאָפּלאָזיק... (אַ האַלבע לבנה,
אַ פולע לבנח)
צִ רײַב איך אַ הײַפעלע שײַן
אין די דלאָניעס
אַ נאַריש מעשׂהלע (אין פרעמדן
ערגעץ-װו)
הי-געװאָרענער ניט-הו
64
65
66
67
68
69
70
71
72
73
24
75
276
77
78
79
80
דיכטונג (װוי שיפעלעך לאָז דײַנע
ווערטער)
א סהאָט פּלוצעם װידער אַ מאָל
מיך אַ טראָג געטאָן
יענער װאַלקן... (װאָס איך האָב זיך
איצט אין אים דערמאָנט)
א סע טרעפט, אין עפּעלע באַפּט
זיך אַרײַן אַ װאָרעם נאָגן
צ האָב איך זיך פאַרטשעפּעט
אין מײַן לײַטישקײט
בין-השמשות -ליר
אַש... (װען ס'יברענט אויס אין
האַרץ דער ווייטיק)
א אויסגעבלייכטע זריחות און
פאַרגרויטע שקיעות
צ רעכטס: אַ בױם אַ הױילער
א איז געקומען אַ שאָטן אין
אַ װעלט װאָס איז פרעמד
באַלױנונג (כ'ווייס אַז מענטשן
האָבן פײַנט דעם װוינט)
צ נאָך צען מאָל יאָ קומט
איין מאָל ניין
,מאָמענט מוזיקאַל"
זונאויפגאַנג (אויף די רויזן
פינקלט טוי)
קנאָספּן (און ווידער הייבט זיך אָן
אַלץ פון דאָס נײַ)
פאַל,..
אויף יענער זײַט צוים
81
82
83
84
85
6
87
88
89
11
בײַם
93
44
95
96
98
99
װאַנדערליד (אויפן ראַנד פון יא
און ניין)
היים
א פאַרשװאַרצט -- די דאַכלקעס,
צעקרימט -- די ווענט
אין אַ שמאָל געסל..
צ ציִען קוימענס זיך צום חימל
קונסטבילד (ס'איז דער מאָלער
לאַנג ניטאָ שוין)
בײַ אַ פּאָרטרעט
אַ געמעל פון אַ פֿאַרייאושטן
פּעגאַסאָס
קענטאַוראָס
עץ-הדעת
א זינג צו מיר דאָס לױבגעזאַנג
צ װויי, װי קורץ עס איז דער טאָג
פון פרייד
שװועסטער כװאַליע
לאָמיר זיך שפּילן
פאַנטאַזיע (שפּרײַז איך איבער
שטיינער פונעם ברוק)
פּיאַניסימאָ
און...
די שפּיל אין ניס
נאַטור (איך צי אַרײַן אין זיך
דעם ריח פון אַ בלום)
קאָרנשניט
צו אַ װינט אין קוימען
געשיכטע
א אויב דו וועסט אַרויסלאָזן דאָס
פייגעלע פון שטײַגל
פרייד און אומעט
א זאָגסט,. פאַרטרײַבן כזאָל מײַן
אומעט?
צ די אַזיאַיסיבהדיקע פרייד
צ װאָס טוט מען מיט די פרייך-
שעהען, אַז זיי אַנטלױיפןל
אַנטפּלעקונג" (אַװודאי, אַװדאי,
אַװודאי)
צ און ווען ס'װואָלטן זײַן טאַקע
גאָלדענע בערג '
113
114
5
116
117
15
9 דער אומגליקלעכער והאָט דער
אומגליקלעכער פּלוצעם אַ שמייבל
געטאָן)
0 אז עס אמת.
1 פוסטקײיט
2 בראַנד
3 ענלעכקייט.. (טיגער און זעברע
געשטרײַפטע)
4 קיבערנעטיק
5 ליאָמיר.. (לאָמיר דורכלייגן אַ וועג)
6 החדיגדיא
8 דער שכּורער
9 די טרעפערקע
0 דער בלינדער
1 דער דענקמאָל
2 געלט (שלאָפט דער מידער
קאַטערינשטשיק)
4 בײַם עץיהדעת
דאָס פישעלע, דאָס גאָלדענע --
די צײַט
8 8 גרויסער אומעט אין דער דינער
הילע פרייד |
9 אנ פון מײַן שװײַגן לייען װאָס איך
טראַכט |
0 לעבן (איין מאָל געפונען און
צוויי מאָל פאַרלאָרן)
1 אב סועט אַ מאָל..
2 דאָס פישעלע, דאָס גאָלדענע ---
די צײַט
44 8 יעדער שטראַל פילט, אַז אים
ווערגט דאָס פינצטערניש
5 אַקעטע צײַט |
6 צם אמת (אָג מיר, וי זאָל איך
דער פאַרצווייפלטער (גלױיבן מיי"
נער --- גלויבן)
צום גלײַכגילטיקן
ווילן (מיט זוילן פון שטאָל)
געוויסן (צעטראָטן כ'האָב א טרער
אין גאַס)
צ הער שוין אויף זיך יתומען
איך בעט דיך (װיין ניט, וויין ניט)
דיך זוכן ?)
אמת... (מיינסטו, אַז ס'איז אַלץ
אַזױ ל)
יצר-טוב
באַרימערײַ (ווען די זון זאָל דאַרפן
זיך באַרימען)
אַ באַנק אין גאָרטן
אויס... (דו מיסט זיך זי פאַרגעסן)
אײַנדרוק (הערסט אַ מאָל בײַ נאַכט)
בײַם פאַלשן וועג
גײט אַ מענטש און רעדט
צו זיך אַלייןך
אָפּשײד (זאָג ניט, אַז דו וועסט
ניט קומען)
חשבון-חנפש (שטראָף מיך ניט,
געדאַנק דערהויבענער)
די עלטער (מײַן ערשטע הברטע --
דאָס רויטע היטעלע)
דער זיידע (צו ביסעלעך, צו
ביסעלעך)
דער זקן (אָפּגעגלוסט די פֹאַר זײַן
לעבן אים געשאָנקענע באַגערן)
עבר (אַ בלויע שויב)
אַ נאָמען.. (ס'איז אויפגעשווומען
הײַנט אין מײַן געדעכעניש אַ נאָמען)
פרײַנדשאַפט (אַלטע פעדעם טאָר
מען ניט צערײַסן)
קוקנדיק אויפן זייגער
דער זייגער (טראָטעלע נאָך טראָ-
טעלע)
שװואַכער פונעם פעלדז
װוּנטש (דער קנאַל פון דונער)
צ און אַזױ געשעט מיר שטענדיק
דיכטערישער אמת (גרויס דאָס
װאָרט איז, װאָס דערטראָגט)
קונסט (ס'איז פּונקט דאָס אייגענע)
געדאַנקען-פרײַנד
א זאָג מיר, װער האָט דיך גע-
בוירן, גלאַנצנדיקע טרער?
התפּעלות (קעלבעלע, װאָס
שפּרינגסט אין פעלד)
אָפּטימיזם (אויסגעוויינט די לעצ-
טע טרער)
169
169
170
170
171
171
172
172
173
173
174
174
15
175
176
צ דער גרויסער פֿאַרװאָס?
ענדערונגען (בלוי דאָס װאַסער,
ווען ס'איז טיף)
פרי-פרילינג
קלאָרקײט (ליגט אויף לאָנקעס
אַ טומאן)
לעבן... (כ'קוק אויף דער פליג
און כיטראַכט) |
צ װיל ער שרײַען, שװײַגט דער
שלײַען
געוויטער (ס'האָט אַ זעץ געטאָן
אַ דונער)
א כּליזמן ס'פליט דער װינט,
איז ער אַ װינט
געװײינטשאַפט (עס רײַסט דאָס
פערד זיך)
הינטישקייט
ערב אָנצינד
אײַז
פּאַראַדאָקס (דער פעלדז איז
שטאַרקער פונעם מענטש)
זאָג ניט דעם שטײן, אַז ער
איז גרוי
אַ רעטעניש
176
177
177
178
178
179
180
181
182
183
נאָך
184
185
187
189
190
192
194
אָנמאַכט (עס ברויזט אַזױ דער ים)
דאָס פלאַטערל
אָקסן,..
װײַסער פערז
סענטימענטאַלקײט
בײַ נאַכט בײַם שטורעמדיקן ים
אויפן ברעג ים (ציט די כװאַליעס
צו דער שלווה פונעם ברעג?)
בײַם װאַסערפאַל
ס'רעגנט... (דאַרף דען ניט דער
חימל וויינען?)
גורל (אַלע טראָפּנס פונעם רעגן
ווילן פאַלן אויף אַ בייט)
אַלע דונערן
ווען דער אמת איז א שטיפקינד
ערב אױפּשטאַנד אין געטאָ
אַ ייִדיש ליד (אָ, דער וייטיק פון
די זיידעס)
תּקיעה גדולה
רעמיניסצענץ (און ביז הײַנט סע
טרעפט נאָך)
, ואר "...
יום- כּיפּור-תשל"ד-ועמיניסצענצן
ביכער פֿון הירש אַשעראַװיטש
אַרויסגעגעבענע און ישׂראל
צווישן בליץ און דונער
לידער און פּאָעמעס, פאַרלאַג י, ל, פּרץ, תל-אָביב, 1973
פּרעמירט מיט דער יעקב גלאַטשטײן-פּרעמיע פון אַלוו. ייִד,. קולטור-קאַנגרעס, ניו-יאָרק
מייַן פֿאַנעוועושׁ
פּאָעמע, אַריגינאַל צוזאַמען מיט דער איבערזעצונג אין עברית פון אַברהם שלאָנסקי
(, פּוניבז' שלי"), , איגוד יוצאי פּוניבז'י בישׂראל", תּל-אָביב, 1974
אין דער וועלט פֿון עקדות
לידער און פּאָעמעס, פאַרלאַג , חמנורה", תּל-אָביב, 1975
פּרעמירט מיט דער זכריה גאַנאַפּאָלסקי-פּרעמיע, פּאַריז
אוהו הליל סכין כחולה
שירים, הוצאת הקיבוץ המאוחד, אגודת הסופרים העברים, תּל-אָביב, תשל"ן
געזאַנג אין לאַבירינט
לידער און פּאָעמעס, פאַרלאַג ישׂראל-בוך', תל-אָביב, 1977
פּרעמירט מיט דער פערנאַנדאָ כענאַ-פּרעמיע פון ייַד, צענטראַל-קאָמיטעט אין מעקסיקע
תּנךיפֿאָעמעס
פאַרלאַג , רשפים", תּל-אָביב, 1979
בלויע בומעראַנגען
לידער און פּאָעמעס, פאַרלאַג ,ישׂראל-בוך", תּל-אָביב, 179
בײַם עצ-הדעת
לידער, פאַרלאָג , ישׂראל-בוך", תּל-אָביב, 1981